אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר תורה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ווען מען ליינט די תורה
פאראכטן דעם אריינפיר
שורה 1:
[[טעקע:Torah.jpg|קליין|250px|א ספר תורה אפן ביי דער שירה]]
'''ספר תורה''' איז דער ספר פון דער [[תורה]] וואס רעליגיעזע אידן גלייבן אז גאט האט געגעבן אויפן בארג סיני פארן פאלק ישראל, נאך בלויז 7 וואכן שפעטער ווי ער האט זיי ארויסגעצויגן פון מצרים.אין דער [[תורה]] שטייט, איידער [[משה רבינו]] איז [[נפטר]] געווארן האט ער פארשריבן די תורה וואס ער האט געלערנט פון דעם אייבערשטן, אין א '''ספר תורה''', און זי געגעבן צו די [[כהנים]] פאר דעם יידישן פאלק <small>ויכתב משה את התורה הזאת ויתנה אל הכהנים וגו' (דברים לא ט)</small>. ווען [[משה רבינו]] האט געפערטיגט דאס צושרייבן האט ער זיי באפוילן דאס צולייגן ביים [[ארון הברית|ארון ברית]] <small>ויהי ככלות משה לכתב וגו' ויצו משה וגו' לקח את ספר התורה הזה ושמתם אתו מצד ארון ברית וגו' (דברים לא כד - כו)</small>.
 
אויך האט משה רבינו זיי דעמאלס געלערנט די [[מצוה]] פון [[הקהל]], אז נאך דער ענדע פון [[שמיטה]] יאר [[יום טוב]] [[סוכות]] זאל מען איינזאמלען דאס גאנצע יידישע פאלק און ליינען פאר זיי פון דער '''ספר תורה''' <small>(דברים לא י - יג)</small>.