אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יחיאל מיכל (אווערבוך)"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
==רבנות==
 
אין יאר [[ה'תקע"ד]] נאך דער פטירה פון זיין פאטער ''רבי הערש מענדל'', איז '''רבי מיכל'ע''' אין עלטער פון דרייסיג יאר, אויפגענימען געווארן אלס רב אין [[דינאוויץ]], [[פאדאליע]], אין דער [[רוסלענדישע אימפעריע|רוסלענדישער אימפעריע]] (היינט [[אוקראינע]]) אויף זיין פאטער'ס ארט, און ווייטער אנגעפירט מיט זיין רבי'סטיווע.
 
'''רבי מיכל'ע''' איז געווען א [[תלמיד]] פון הרב [[ישראל פרידמאן]], ''דער ריזשינער''.
 
איינמאל ווען '''רבי מיכל'ע''' איז געווען ביים ריזשענער אין [[סאדיגערסאדיגורא]] אויף [[שבת]], האט פרייטאג צו נאכטס אינמיטן דער סעודה דער ריזשינער אים אריינגערוימט אין אויער,'' "ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענעיענער וועלט, וועל איך מיך מתדיין זיין מיט מיינע עלטערען פארוואס זיי האבן אראפגעברענגט אזא הייליגע נשמה ווי איך, אין אזא דור השפל"''.
 
<ref>די געשיכטע ווערט דערציילט און די לענג אין ספר דברים ערבים מיט פארשידענע ענדערונגן</ref>דעמאלטס ווען מען האט ארעסטירט [[ישראל פון רוזשין|דעם ריזשינער]] האט מען אויך ארעסטירט '''רבי מיכל'ע''', דער ריזשינער איז שפעטער באפרייט געווארן צייטווייליג, און האט געמוזט אנטלויפן פון רוסלאנד. '''רבי מיכל'ע''' איז געזעסען צוויי יאר אין געפענגעניש. אין ענדע האבן די [[רשעים]] אים פאראורטיילט צו פארשיקן קיין [[סיביר]]. די [[חסידים]] האבן זיך [[מוסר נפש]] געווען, און אים געראטעוועט. זיי האבן אינטערגעשמירט א באנדע רויבער, וועלכע זענען באפאלן די וועכטער, ווען זיי זענען דורך געפארן אין וואלד קיין סיביר. נאך א קורצן קאמף איז זיי געלונגען אים צו באפרייען. און אים אריבער געשווערצט קיין אונגארן, ווי ער האט זיך באזעצט אין [[קירעמא]]. (נישט ווייט פון בארדיוב-בארטפעלד).
77,236

רעדאקטירונגען