אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישע קאמף ארגאניזאציע"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
(נייער בלאט: דאס איז דער יידישער נאמען פון די אויפשטענדלער אין ווארשעווע געטא, געפירט דורך [[מרדכי אנילעוויט…)
 
די ערשטע מאל וואס זיי זענען ארויס אויפן גאס, און אפגעשטעלט אן אפשיק, איז געווען יאנואר 43', ווי זיי האבן זיך אריינגעמישט צווישן די מאסן, און אינמיטן האבן זיי אומגעברענגט די עס עס וועכטער, און דערנאך געפירט א קאמף קעגן די זעלנער וואס זענען געקאמען העלפן, עטליכע יידן זענען געהרגט געווארן אין די שלאכטן, אבער די באן איז קיינמאל נישט ארויס געפארן פונעם סטאנציע.
 
די יידישע קעמפער האבן אומגעברענגט אסאך יידן, וואס האבן קאלאבארירט מיט די נאציס, ווי די [[ארדענונגס דינסטארדענונגסדינסט]], מוסרים, און אנדערע וואס האבן געדינט די אינטערעסן פון די פיינט.
 
ערב פסח 43', האט זיך אנגעפאנגען די אויפשטאנד, און אין אנהייב האבן די יידן באוויזן אפצושטויסן די נאציס, אבער די נאציס האבן זיך ווי פארשטענדליך נישט געקעמפט לויט די עטיקעט פון א קריג, און ספעציעל קעגן די יידן, און האבן אנגעפאנגען פארברענען די הייזער אויף אירע איינוווינער, א בונקער אדער א קעלער, ווי מען האט געטראפן מענטשן האבן זיי אריינגעלאזט גאז, און אזוי זיי דערשטיקט צום טויט.
1,762

רעדאקטירונגען