אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדיל האגער (קאסאוו)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: '''רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל''' (ה'תקכ"ט - י"ז חשוון ה'תקפ"ו) פון קאסאוו. באקאנט אלס "דער אהבת ש…
 
אין תקציר עריכה
שורה 6:
 
==רבנות==
 
נאך זיין [[חתונה]] איז '''רבי מנחם מענדיל''' געבליבן אין [[קאסאוו]] ביי זיין שווער, וועלכער האט אים צוגעזאגט [[קעסט]] לעבענס לענגלעך. ווען זיין שווער איז [[נפטר]] געווארן אין יאר [[ה'תקמ"ו]] און ס'איז אויף אים געפאלן דער לאסט פון [[פרנסה]] איז ער אריבער קיין [[טיסמעניץ]], און געפריווט צו האנדלן, אבער וויבאלד ער איז געווען פארנומען מערסטענסטייל פון טאג מיט לערנען און דאווענען, ווען ער האט שוין געוואלט האנדלן איז שוין נישט געווען קיין קונדען, האבן די גרויסהענדלערס איינגעצויגן זיינע קרעדיטן. נאכהער איז ער אריבער קיין [[קאלאמייעא]], דארט האט זיין ווייב געפענט א געוועלב מיט שנירלעך און קייטעלעך, פון וועלכען זיי האבן זיך ערנערט מיט גרויס מיה, ווען ער האט דארט אויך נישט געהאט קיין ערפאלג איז ער צוריק קיין [[קאסאוו]].
 
אין יאר [[ה'תק"ן]] איז '''רבי מנחם מענדיל''' אויפגענומען געווארן רב אין [[קאסאוו]], א קייט וואס האט זיך געצויגן הונדערט און פופציג יאר ביז צו דעם [[חורבן אייראפע]]. אין יאר [[ה'תקס"ב]] האט '''רבי מנחם מענדיל''' אנגעהויבן פראווען זיין רביסטעווע, וועלכע האט זיך צושפרייט און די גאנצע מארמארושער אומגעבונג, און אין פיל ערטער האט זיך געעפנט קאסאווער שטיבלעך.
 
 
שורה 14 ⟵ 18:
==פאמיליע==
 
'''רבי מנחם מענדיל''' האט געהייראט מרת '''שיינא רחל''' א טאכטער פון זיין פעטער הרב '''שמואל שמחה זימל קאך''' פון [[קאסאוו]]. זייערע קינדער:
 
* הרב '''[[חיים האגער (קאסאוו)|חיים האגער]]''' ([[ה'תקנ"ה]] - [[כ"ה אייר]] [[ה'תרי"ד]]), ממלא מקום פון פאטער, רבי פון [[קאסאוו]].