אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סיגעט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אפגעשפאלטן רבנים פון סיגעט
שורה 25:
 
==רבנים פון דער שטאט==
{{הויפט ארטיקל|רבנים פון סיגעט}}
 
'''סיגעט''' איז געווען א גרויסער יידישער צענטער, און חשובע רבנים האבן געדינט דארט אלס אב"ד, מיט אן איינפלוס גאנץ ווײַט פון דער שטאט.
 
שורה 37:
* רבי חיים צבי טייטלבוים, ה'תרס"ד - ה'תרפ"ו
* רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד, ה'תרפ"ו - ה'תש"ד
 
===רבי צבי בן רבי משה אברהם===
 
דער ערשטער רב אין '''סיגעט''' איז געווען '''הרב צבי בן הרב משה אברהם''', ער איז אנגעקומען קיין סיגעט אין יאר [[ה'תקי"ט]] אומגעפער. ער האט געפירט א שארפן קאמף קעגען דער ערשיינונג פון די [[שבתי-צבי]]'ניקעס און [[פראנקיסטין]] אין שטאט, א קאמף וואס האט געברענגט פאר די יידן אין שטאט און ספעציעל פאר אים פיל פראבלעמען.
 
'''רבי צבי הערש''' איז געווען פריער רב אין [[ראדוויל]], [[פוילן]], ס'איז נישט קלאר פארוואס ער האט דארט איבערגעלאזט דאס רבנות, און אנגענומן דאס רבנות אין '''סיגעט''' וועלכע איז דעמאלס געווען זייער א קליין שטעטל.
 
אין דעם צענזוס פון יאר 1770 ווערט '''רבי צבי הערש''' געציילט מיטן נאמען '''הערש אבראהאמאוויטש'''.
 
'''רבי צבי הערש''' איז נפטר געווארן [[ב' אלול]] [[ה'תקל"א]].
 
===רבי יהודה כהנא-העללער===
 
אין יאר [[ה'תקס"ב]] האט מען אויפגענומען הרב '''[[יהודה כהנא|יהודה בן הרב יוסף הכהן כהנא-העללער]]''' אלס רב. זיין אויפנעמען איז נישט געווען איינפאך, די פירערס פון דער געמיינדע פון '''סיגעט''' האבן געהאלטן מען זאל אויפנעמען דעם [[סעליש]]ער רב '''רבי יהודה''' אלס רב, אבער די פירערס פון דער [[מארמארוש]]ער אומגעבונג - ספעציעל פון די פאמיליע שטערן, וועלכע זענען געווען גרויסע גבירים, האבן געוואלט מען זאל אויפנעמען איינעם פון זייער פאמיליע, הרב [[מנחם שטערן]], וועלכער איז געווען דיין אין [[קאליש]]. ביידע זייטן זענען געפארן ברענגען זייער רב, ווען די צווי רבנים האבן זיך צוזאמען געטראפן אין '''סיגעט''' זענען זיי אדורך געקומען צווישן זיך אין '''רבי מנחם''' האט אפגעטרויטן דאס רבנות, און געווארן [[ראש בית דין]] פון '''רבי יהודה'''.
 
'''רבי יהודה''' איז געבוירן אין [[קאליש]], [[גאליציע]], פון אנפאנג האט ער געפריווט זיך צו ערנערן פון זיין אייגענע ארבייט, ער האט געהאט א [[קרעטשמע]] אין א דערפעל נעבען קאליש. ווען זיינע געשעפטן זענען דורך געפאלן איז ער אריבער וואוינען קיין [[לעמבערג]], דארט האט ער קענען געלערנט דעם [[גאון]] דער [[פרי מגדים]], מיט וועמען ער איז געווארן שטארק באפריינדעט. אין לעמבערג האט '''רבי יהודה''' זיך אפגעגעבן מיט דעם דרוקן פון זיין ברודער'ס ספר, דעם [[קצות החושן]], צו וועלען ער האט צוגעלייגט זיין אייגענעם ספר דעם [[קונטרס הספיקות]]. שפעטער איז '''רבי יהודה''' געווען [[דיין]] אין [[מונקאטש]] און רב אין [[סעליש]].
'''רבי יהודה''' איז געווען רב אין '''סיגעט''' ביז ער איז נפטר געווארן [[כ"ז ניסן]] [[ה'תקע"ט]]. ער האט איבערגעלאזט זיבן זון און איין טאכטער, וואס פון זיי האט זיך אנטוויקלט די באקאנטע פאמיליע '''"כהנא"''' , צווישן זיי רבנים, תלמידי חכמים און גבירים.
 
אויסער דעם ספר '''קונטרס הספיקות''' איז געדרוקט געווארן פון '''רבי יהודה''' דער ספר '''תרומת הכרי''', דורך זיין'ס אן אייניקל.
 
===רבי מנחם מענדל שטערן===
 
אין יאר [[ה'תקע"ט]] נאך די פטירה פון רבי [[יהודה כהנא]]-העללער האט מען אויפגענומען דעם [[ראש בית דין]] '''רבי מנחם מענדל''' אלס רב אין '''סיגעט'''.
 
'''רבי מענדל''' האט איינגעפירט א נייע ארדענונג אין די מארמארושער געמיינדעס. ווען ס'האט זיך אנגעהויבן צו פארמערען דאס יידישע באפעלקערונג אין די מארמארושער שטעטלעך און דערפער, האט '''רבי מענדל''' געזארגט ס'זאל זיין פאסיגע און ערליכע יידישע וועגווייזערס אין די אלע ערטער. אין די צוויי גרעסערע שטעט, [[בארשא]] און [[ווישעווע]] האט ער אריינגעשטעלט אייגענע רבנים, און אין די קלענערע דערפלעך האט ער אריינגעזעצט [[שוחט]]ים און [[מלמד]]ים, געמאכט סטאטוטן, ארגאניזירט [[מנינים]] צו [[דאווענען]].
 
'''רבי מענדל''' איז געבוירן צו זיין פאטער רבי שמואל בן רבי מרדכי שטערן, אין [[דראגמירשט]], אין יאר [[ה'תקי"ט]], ער האט געלערנט [[תורה]] אין [[גאליציע]], בעיקר ביי זיין רבי הרב [[יעקב לינדענבוים]] רב אין [[ליסא]], דער [[חוות דעת]]. '''רבי מענדל''' איז געווען א תלמיד פון רבי [[משה לייב סאסאווער]], פון [[קאזשניצער מגיד]] און שפעטער פון [[אהבת שלום]].
 
'''רבי מענדל''' איז נפטר געווארן [[ט' אדר]] [[ה'תקצ"ד]].
 
זיין איידעם שרייבט אז '''רבי מענדל''' האט איבערגעלאזט אסאך [[חיבורים ]], אבער ס'איז נאר געדרוקט געווארן איין גרויסער חיבור דער '''ספר דרך אמונה''' על התורה, אין דריי בענדער.
===רבי אלעזר ניסן טייטלבוים===
 
נאך די פטירה פון רבי מענדל האט זיך ווידער געשאפן צווי מיינונגן איבער דעם רבנות אין '''סיגעט'''. די [[קאסאוו]]ער חסידים האבן געוואלט מען זאל אויפנעמען דעם איידעם פון פריערדיגן רב, רבי יוסף שטערן. דערגעגען האט די פאמיליע '''כהנא''' געוואלט מען זאל אויפנעמען הרב '''[[אלעזר ניסן טייטלבוים]]''', א זון פון דעם באקאנטן רב פון [[אוהעל]] רבי [[משה טייטלבוים (אוהעל)|משה טייטלבוים]], דער ישמח משה. (עס ווערט דערציילט אז דער גביר ר' קלמן כהנא וועלכער איז געווען א יונגערמאן אויף קעסט ביי זיין שווער ר' פנחס סאמאטאר אין אוהעל, פון דעם רב'ס שטוב מענטשען, איז געווען דער גאנצער אנפירער פון דעם קאנדידאטור).
 
ס'איז געשיקט געווארן א דעלעגאציע פון '''סיגעט''' קיין אוהעל צו דעם ישמח משה, ער זאל שיקען זיין זון אלס רב, דער ישמח משה האט זיי מיט געגעבען א בריעף גערוכט צו די [[פרנסים]], ווי ער בעט מען זאל אויפנעמען זיין זון '''רבי אלעזר ניסן''' אלס רב. אויף דעם פארלאנג פון ישמח משה האט מען אויפגענומען '''רבי אלעזר ניסן''' אלס רב, און דער צווייטער קאנדידאט רבי יוסף שטערן איז געווארן [[ראש בית דין]].
 
זיינע קעגנערס די קאסאווער חסידים האבן זיך אבער נישט געוואלט איטערגעבען און האבן פארביטערט '''רבי אלעזר ניסן''' דאס לעבען אויף פארשידענע וועגען, און האבן אים בארעדט און פארשפרייט אויף אים פארשידענע [[שמועות]]. דער קאמף האט דערגרייכט זיין שפיץ ווען '''רבי אלעזר ניסן''' האט אוועק געשטעלט דעם [[שוחט]] פון [[קרעטשינאוו]], וויבאלד ער האט נישט [[בודק]] געווען די [[סימנים]] נאך די [[שחיטה]]. דער ר' משה שוחט איז געווען פון די קאסאווער חסידים דערפאר האבן זיינע קעגנערס זיך אנגענומען פאר דעם שוחט, האט '''רבי אלעזר ניסן''' פארלאזט די שטאט '''סיגעט''' אין יאר [[ה'ת"ר]] און איז צוריק געפארן קיין אוהעל.
'''רבי אלעזר ניסן''' איז נפטר געווארן אין [[דראהביטש]] [[ערב יום כפור]] [[ט' תשרי]] [[ה'תרט"ו]].
===רבי יוסף שטערן===
 
נאך דעם וואס רבי אלעזר ניסן האט פארלאזט די שטאט '''סיגעט''' אין יאר [[ה'ת"ר]] האט מעו אויף גענומען דעם '''ראש בית דין''' '''הרב יוסף שטערן''' אלס רב.
 
'''רבי יוסף''' האט אויך נישט געלעקט קיין האניג אלס רב, זיינע קעגנערס האבן אים פארביטערט דאס לעבען, מיט דיר אויסרייד אז '''רבי יוסף''' איז נישט גענוג [[תלמיד חכם]] צו קענען דינען אזא שטאט ווי '''סיגעט'''. א ערנסטע קאמף האט אויסגעבראכן איבער א [[שאלה]] אין [[הלכה]] ווען א יידינע האט געזאלצן פלייש מיט פאודער אנשטאטס [[זאלץ]], '''רבי יוסף''' האט עס [[מתיר]] געווען אין רבי [[יהודה מאדרן]] - דער פארפאסער פון זכרון שמואל אויף [[מסכת גיטין]] - האט געהאלטן אז ס'איז [[אסור]], ווען '''רבי יוסף''' האט געזען אז די [[גדולי ישראל]] האלטן נישט מיט אים, איז ער זייער צובראכן געווארן ביי זיך.
 
'''רבי יוסף''' איז געבוירן געווארן אין דעם דארף [[סטרימטערא]] אין יאר [[ה'תקס"ג]] צו זיין פאטער רבי יצחק בן רבי מרדכי שטערן. ער האט געלערנט אין קאסאוו ביי רבי [[מנחם מענדיל האגער (קאסאוו)|מנחם מענדיל האגער]], דער אהבת שלום, אינאיינעם מיט זיין זון רבי [[חיים האגער (קאסאוו)|חיים האגער]]''', דער תורת חיים.
 
'''רבי יוסף''' איז נפטר געווארן [[שושן פורים]] [[ט"ו אדר]] [[ה'תרי"ח]], אין עלטער פון פינף און פופציג יאר.
 
===רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים===
 
[[י"ח תמוז]] [[ה'תרי"ח]] איז אויפגענומען געווארן הרב [[יקותיאל יהודה טייטלבוים]] דער ייטב לב, אלס רב פון '''סיגעט'''. (פון אים האט אנגעהאלטן דער '''סיגעטער''' רבנות ביי די פאמיליע טייטלבוים זעקס און אכציג יאר ביז צו דעם [[חורבן איירופע]]).
 
'''רבי זלמן לייב''' איז געווען שטארק אנגענומען ביי אלע קרייזן אין '''סיגעט''', אויך די קאסאווער חסידים זענען געווען זיינע שטארקע אנהענגער. '''רבי זלמן לייב''' האט געעפנט א [[ישיבה]] פאר בחורים אין [[סיגעט]] וועלכע איז געווען די ערשטע חסידישע ישיבה אין [[אונגארן]].
 
'''רבי זלמן לייב''' איז געבוירן אין [[אוהעל]] אין יאר [[ה'תקס"ח]] צו זיין פאטער רבי [[אלעזר ניסן טייטלבוים]], אין יאר [[ה'תקצ"ג]] האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין [[סטראפקאוו]], נאך זיין זיידן'ס פטירה אין יאר [[ה'תר"א]] האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין [[אוהעל]]. אין אוהעל האט מען זיך אויסגענומען מיט '''רבי זלמן לייב''' פיר באדינגונגען איבער חסידישע אויפפירונגען א) ער זאל נישט דאווענען מוסף פאר דעם עמוד, ב) ער זאל נישט טיילן קיין קמיעות נישט אומזיסט און נישט פאר געלט, ג) ער זאל נישט נעמען קוויטלך, ד) ער זאל נישט זאגן לאנגע מוסר דרשות, ווען פארשידענע לייט האבן זיך קעגן אים באקלאגט ביי די באהערדע, האט מען אים פאריאגט פון דארט [[ערב ראש השנה]] [[ה'תר"ז]], אין איז אויפגענומען געווארן רב אין [[גארליץ]]. [[פרשת חוקת]] אין יאר [[ה'תרט"ז]] איז '''רבי זלמן לייב''' געווארן רב אין [[דראהביטש]].
 
'''רבי זלמן לייב''' איז נפטר געווארן [[ו' אלול]] [[ה'תרמ"ג]], ער האט איבערגעלאזט פיר זון און דריי טעכטער אלע באקאנטע רבי'ס און רבנים.
 
===רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים===
 
נאך רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים'ס פטירה אין יאר [[ה'תרמ"ג]], האט מען אויפגענומען זיין זון '''רבי [[חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים]]''' דער קדושת יום טוב, אלס ממלא מקום פון פאטער רב אין '''סיגעט'''. '''רבי ליפא'לי''' האט פארברייטערט די [[תורה]]דיגע אקטיוויטעטן פון שטאט אויף אלע געביטן. אין זיין ישיבה איז צו געקומען אסאך פרישע תלמידים, און זיין רביסטעווע איז געווארן זייער פארצווייגט. אין דער [[ארטאדאקסישע געמיינדע]] איז '''רבי ליפא'לי''' געווען פון די הויפט רעדנערס.
'''רבי ליפא'לי''' איז געבוירן דעם ערשטען טאג [[שבועות]] [[ו' סיון]] [[ה'תקצ"ו]] אין [[סטראפקאוו]], אין יאר [[ה'תרכ"ד]] איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין [[טעטש]].
 
'''רבי ליפא'לי''' איז נפטר געווארן [[כ"ט שבט]] [[ה'תרס"ד]], ער האט איבערגעלאזט צוויי זון און דריי טעכטער באקאנטע רבי'ס און רבנים.
===רבי חיים צבי טייטלבוים===
 
נאך רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים'ס פטירה אין יאר [[ה'תרס"ד]], האט מען אויפגענומען זיין זון '''רבי [[חיים צבי טייטלבוים]]''' דער עצי חיים, אלס ממלא מקום פון פאטער, רב אין '''סיגעט'''. '''רבי חיים צבי''' איז געווען באקאנט - אויסער פון זיין גרויסקייט אין [[תורה]] - אלץ אן אויסער געווענליכער [[קלוג]]ער און פארשטענדליכער מענטש.
'''רבי חיים צבי''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תר"ם]] אין [[טעטש]], ער איז געווען אן איידעם פון רבי [[שלום אליעזר האלבערשטאם]] דער ראצפערטער רב, און איז געפארן קיין [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|שינאווא]], צו זיין פעטער דער [[ברוך האלבערשטאם|גאליצער רב]] און צו דעם [[יהושע רוקח|מיטעלער בעלזער רב]].
 
'''רבי חיים צבי''' איז נפטר געווארן פלוצלינג אין [[קליינווארדיין]] [[ו' שבט]] [[ה'תרפ"ו]], ער האט איבערגעלאזט זון און טעכטער באקאנטע רבי'ס און רבנים.
 
===רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד===
 
ווען רבי חיים צבי טייטלבוים איז נפטר געווארן אין יאר [[ה'תרפ"ו]] איז זיין זון רבי [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|יקותיאל יהודה טייטלבוים]] אלט געווען קוים פערצען יאר, דאך האבן די קהלה-לייט באשלאסן אים אויפצונעמען אלץ רב.
 
'''רבי זלמן לייב''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרע"ב]], בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם פון זיין פעטער דער [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רב]], אבער זיין ווייב איז נפטר געווארן קורץ נאך די חתונה. בזיווג שני איז ער געווען אן איידעם פון זיין פעטער רבי [[משולם זושא יצחק האלבערשטאם]] פון [[ראטצפערט]].
 
'''רבי זלמן לייב''' איז אומגעקומען אין [[אושוויץ]] אויף קידוש השם [[כ"ה אייר]] [[ה'תש"ד]] הי"ד.
 
 
== רעפערענצן==