אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סיגעט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 34:
* רבי יוסף שטערן, ה'ת"ר - ה'תרי"ח
* רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים, ה'תרי"ח - ה'תרמ"ג
* רבי חנניאחנניה יום טוב ליפא טייטלבוים, ה'תרמ"ג - ה'תרס"ד
* רבי חיים צבי טייטלבוים, ה'תרס"ד - ה'תרפ"ו
* רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד, ה'תרפ"ו - ה'תש"ד
שורה 92:
===רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים===
 
[[י"ח תמוז]] [[ה'תרי"ח]] איז אויפגענומען געווארן הרב [[יקותיאל יהודה טייטלבוים]] דער ייטב לב, אלס רב פון '''סיגעט''',. (פון אים האט אנגעהאלטן דער '''סיגעטער''' רבנות ביי די פאמיליע טייטלבוים זעקס און אכציג יאר ביז צו דעם [[חורבן איירופע]]).
 
'''רבי זלמן לייב''' איז געווען שטארק אנגענומען ביי אלע קרייזן אין '''סיגעט''', אויך די קאסאווער חסידים זענען געווען זיינע שטארקע אנהענגער. '''רבי זלמן לייב''' האט געעפנט א [[ישיבה]] פאר בחורים אין [[סיגעט]] וועלכע איז געווען די ערשטע חסידישע ישיבה אין [[אונגארן]].
שורה 98:
'''רבי זלמן לייב''' איז געבוירן אין [[אוהעל]] אין יאר [[ה'תקס"ח]] צו זיין פאטער רבי [[אלעזר ניסן טייטלבוים]], אין יאר [[ה'תקצ"ג]] האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין [[סטראפקאוו]], נאך זיין זיידן'ס פטירה אין יאר [[ה'תר"א]] האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין [[אוהעל]]. אין אוהעל האט מען זיך אויסגענומען מיט '''רבי זלמן לייב''' פיר באדינגונגען איבער חסידישע אויפפירונגען א) ער זאל נישט דאווענען מוסף פאר דעם עמוד, ב) ער זאל נישט טיילן קיין קמיעות נישט אומזיסט און נישט פאר געלט, ג) ער זאל נישט נעמען קוויטלך, ד) ער זאל נישט זאגן לאנגע מוסר דרשות, ווען פארשידענע לייט האבן זיך קעגן אים באקלאגט ביי די באהערדע, האט מען אים פאריאגט פון דארט [[ערב ראש השנה]] [[ה'תר"ז]], אין איז אויפגענומען געווארן רב אין [[גארליץ]]. [[פרשת חוקת]] אין יאר [[ה'תרט"ז]] איז '''רבי זלמן לייב''' געווארן רב אין [[דראהביטש]].
 
'''רבי זלמן לייב''' איז נפטר געווארן [[ו' אלול]] [[ה'תרמ"ג]], ער האט איבערגעלאזט פיר זון און דריי טעכטער אלע באקאנטע רבי'ס און רבנים.
 
===רבי חנניאחנניה יום טוב ליפא טייטלבוים===
 
נאך רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים'ס פטירה אין יאר [[ה'תרמ"ג]], האט מען אויפגענומען זיין זון '''רבי [[חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים]]''' דער קדושת יום טוב, אלס ממלא מקום פון פאטער רב אין '''סיגעט'''. '''רבי ליפא'לי''' האט פארברייטערט די [[תורה]]דיגע אקטיוויטעטן פון שטאט אויף אלע געביטן. אין זיין ישיבה איז צו געקומען אסאך פרישע תלמידים, און זיין רביסטעווע איז געווארן זייער פארצווייגט. אין דער [[ארטאדאקסישע געמיינדע]] איז '''רבי ליפא'לי''' געווען פון די הויפט רעדנערס.
'''רבי ליפא'לי''' איז געבוירן דעם ערשטען טאג [[שבועות]] [[ו' סיון]] [[ה'תקצ"ו]] אין [[סטראפקאוו]], אין יאר [[ה'תרכ"ד]] איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין [[טעטש]].
 
'''רבי ליפא'לי''' איז נפטר געווארן [[כ"ט שבט]] [[ה'תרס"ד]], ער האט איבערגעלאזט צוויי זון און דריי טעכטער באקאנטע רבי'ס און רבנים.
===רבי חיים צבי טייטלבוים===
 
נאך רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים'ס פטירה אין יאר [[ה'תרס"ד]], האט מען אויפגענומען זיין זון '''רבי [[חיים צבי טייטלבוים]]''' דער עצי חיים, אלס ממלא מקום פון פאטער, רב אין '''סיגעט'''. '''רבי חיים צבי''' איז געווען באקאנט - אויסער פון זיין גרויסקייט אין [[תורה]] - אלץ אן אויסער געווענליכער [[קלוג]]ער און פארשטענדליכער מענטש.
'''רבי חיים צבי''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תר"ם]] אין [[טעטש]], ער איז געווען אן איידעם פון רבי [[שלום אליעזר האלבערשטאם]] דער ראצפערטער רב, און איז געפארן קיין [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|שינאווא]], צו זיין פעטער דער [[ברוך האלבערשטאם|גאליצער רב]] און צו דעם [[יהושע רוקח|מיטעלער בעלזער רב]].
 
'''רבי חיים צבי''' איז נפטר געווארן פלוצלינג אין [[קליינווארדיין]] [[ו' שבט]] [[ה'תרפ"ו]], ער האט איבערגעלאזט זון און טעכטער באקאנטע רבי'ס און רבנים.
 
===רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד===
 
ווען רבי חיים צבי טייטלבוים איז נפטר געווארן אין יאר [[ה'תרפ"ו]] איז זיין זון רבי [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|יקותיאל יהודה טייטלבוים]] אלט געווען קוים פערצען יאר, דאך האבן די קהלה-לייט באשלאסן אים אויפצונעמען אלץ רב.
 
'''רבי זלמן לייב''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרע"ב]], בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם פון זיין פעטער דער [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רב]], אבער זיין ווייב איז נפטר געווארן קורץ נאך די חתונה. בזיווג שני איז ער געווען אן איידעם פון זיין פעטער רבי [[משולם זושא יצחק האלבערשטאם]] פון [[ראטצפערט]].
 
'''רבי זלמן לייב''' איז אומגעקומען אין [[אושוויץ]] אויף קידוש השם [[כ"ה אייר]] [[ה'תש"ד]] הי"ד.
 
 
== רעפערענצן==