אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אינטערנאציאנאלע דאטע ליניע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ת"ט
געמעקט וואס האט נישט קיין מקור
שורה 2:
 
וויבאלד די וועלט דרייט זיך טעגלעך קומט אויס אז עס וועט זיין ליכטיג און טונקל אויף צוויי אנדערע זייטן פון דער וועלט אין דער זעלבער צייט.
 
נאך טויזנטער יארן צוריק האבן קעניגן געמאכט צייט זאנעס אין וועלכע עס איז באשטימט געווארן ראיאנען וועלכע פאלן אונטער איין צייט זאנע און ארויס פון יענעם [[גרעניץ]] איז געווען א צווייטע צייט זאנע. נאר אזוי האט א [[לאנד]] געקענט עקזיסטירן אז יעדער זאל זיין אייניג מיט צייט.
 
מיט בערך 500 יאר צוריק איז א שפאנישער [[עקספלארער]] מיטן נאמען 'מעגאלין' געווען דער ערשטער וועלכער האט באוויזן ארומצוקרייזן די וועלט מיט א [[שיף]] גייענדיג [[מערב]] פון [[אייראפע]] און צוריק צו [[מזרח]]. ער האט פארמאגט א גרופע פון 250 מענער פון וועלכע נאר 18 זענען צוריק געקומען לעבעדיגערהייט ביי די ענדע פון זיין רייזע. ער איז אויך געשטארבן אין די לעצטע טעג פון די רייזע און די איבערלעבער האבן דעגרייכט אן [[אינזל]] נעבן [[שפאניע]].