אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 8:
אויך זענען זיי באקאנט פאר די פילע אייגנארטיגע סקווערער מנהגים, וועלכע פארנעמען א צענטראלע פלאץ אינעם לעבנסגאנג פון א סקווערער חסיד. דאס חסידות טוט אויך פאדערן אן עקסטערן מאס פרישות צווישן מענער און פרויען, און דער טאטאלער אפגעזונדערטקייט איז מערקבאר אויף די גאסן פון דעם [[ניו סקווער|שטעטל]] ווי ערנסטערע בחורים און יונגעלייט גייען דורכ'ן טאג מיט די אויגן אויף אראפ, און פרויען און מיידלעך קלאמערן זיך ארויס פון וועג כדי זיך צו דערווייטערן פון די מענער.
 
סקווירא'ר חסידים טוען זיך אפט צוזאמקומען פאר יארצייט און ראש חודש סעודות -- וואו מען דערציילט סיפורים פון אמאליגע רבי'ס און חסידים, און אויף צו לערנען אין גרופעס פון ספר מאור עינים, וואס איז פארפאסט געווארן דורך דער גרינדער פון דער [[טשערנאבילער גזע]], ר' [[מנחם נחום טווערסקי מטשערנאביל|מנחם נחום מטשערנאביל]] זצ"ל.
 
היינטיגע סקווערער חסידים -- ספעציעל די וואס וואוינען אין דעם [[ניו סקווער|שטעטל]] -- זענען אויך באקאנט פאר א געוויסע אלט-מאדישקייט, אין גרויס טייל איז דאס א תוצאה פון זייער זעלבסט-געקליבענעם אפגעזונדערטקייט אין זייער שטעטל און די נאטורליכע תוצאות דערפון. צוליב פארשידענע סיבות איז עס אין די לעצטיגע יארן שוין נישט אזוי מערקבאר ווי אמאל.