אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 54:
 
=== ר' איציקל סקווערער ===
דער ערשטער סקווערער רבי, רבי [[יצחק טווערסקי מסקווירא|איציקל סקווערער]] זצ"ל (תקע"ב-תרמ"ה), דער זיבעטער פון די אכט זון פון דעם טשערנאבילער מגיד ר' [[מרדכי טווערסקי מטשערנאביל|מאטעלע]] זצ"ל (תק"ל-תקצ"ח), האט נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה -- אנדערש ווי זיינע זיבן ברודער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער [[אוקראינע]]. ערשט נאך דער פטירה פון זיין צווייטער פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם [[ישראל פֿון רוזשין|רוזשינער]] זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטער פרוי, חנה סימא, די טאכטער פון [[רבי צבי מסקווירא|ר' הערשעלע סקווירער]], האט זיך ר' איציקל באזעצט אין דער שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטווע.
 
ר' איציקל'ס שווער ר' הערשעלע, אויך באקאנט אלץ ר' הערשעלע טיטובער, איז געווען א זון פון ר' [[אהרן מטיטוב|אהרעלע טיטובער]] וואס איז געווען א זון פון ר' צבי דער זון פון בעש"ט, און דורך אים האבן די סקווערער רבי'ס געצויגן זייער יחוס אלס איינע פון די נאטסטע אייניקלעך פונ'ם [[בעש"ט]]. ווארשיינליך אלס די יחוס איז דער שידוך געווען פאר ר' איציקל גאר א חשובער. חסידים דערציילן אז פאר דער חתונה איז ר' איציקל געגאנגען אויפ'ן ציון פון בעש"ט אין [[מעזשבוזש]] און געזאגט, "איך טו עס נישט פאר קיין געלד, איך טו עס נישט פאר קיין כבוד, איך וויל נאר ממשיך זיין דורות בעל שמ'סקער אייניקלעך."