אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וועלט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ אויפֿגעריכט פון באַנוצער 82.81.61.215 צוריק צום לעצטע ווערסיע פון באַנוצער KhanBot
שורה 21:
אינגאנצן 1.2 ביליאן מענטשן וואוינען אין די העכסט מאנדיניזירטע לענדער. די איבריגע 4.9 ביליאן מענטשן וואוינען אין די איבריגע לענדער. 9 פון יעדע 10 מענטשן וואס ווערן היינט געבוירן וואוינען אין די אוממאנדיניזירטע לענדער. זיי שאצן אז ביז'ן יאר 2050 וועט די וועלט האבן איבער 9 ביליאן מענטשן.
 
== די זיבן קאנטינענטן ==allo quoi quer la langue
 
דאס ווארט [[קאנטינענט]] באדייט די ערד'ס גרעסטע כסדר'דיגע באהעפטיגונג פון לאנדמאסע.
 
א קאנטינענט איז אנגעזען פון אן אינזל אדער האלב-אינזל נישט בלויז אויף איר גרויסקייט אין סייז נאר אויך אויף איר געאלאגישע סטרוקטור און אנטוויקלונג. די זיבן קאנטינענטן אין די רייע לויט איר גרויסקייט אין סייז זענען: אייראזיע (קאנווענציאנעל באטראכט אלס די צוויי קאנטינענטן פון אייראפע, אינדיווידועל די צווייטע קלענסטע, און אזיע), אפריקע, נארט אמעריקע, סאוט אמעריקע, אנטארקטיק, און אויסטראליע.
 
די קאנטינענטעל שטח – אלע לאנד וואס הייבן זיך העכער די ים פלאך – קומט אן צו 29 פראצענט פון די וועלט'ס סך הכל אין שטח. מער ווי צוויי דריטל פון די קאנטינענטעל'ס שטח ליגט צפון פונעם עקוואטאר [דער עקוואטאר איז אן אויסגעטראכטער ליניע ארום די ערד וועלכער איז די זעלבע ווייטקייט פון די נארט און סאוט פאל און צוטיילט די ערד צו צפון און דרום האלבקיילעך].
 
אין צוגאב, די קאנטינענטעל מאסעס נעמט אריין די איינגעטונקענע קאנטינענטעל אפלייג, וועלכע גייט בארג אראפ פון די אקעאן'ס ברעגעס פונעם קאנטינענט צו טיפקייט פון ארום 600 פיס (138 מעטער). ביילאפיג ביי דעם פונקט הייבט זיך אן די מער שארפע (מיטאמאליגע) שפרונג צו די אקעאניק פארטיפונג באקאנט אלס "די קאנטינענטעל סלאופ".
 
אויב די קאנטינענטעל אפלייגן ווערן אריינגערעכנט אין חשבון וועט די סך הכל קאנטינענטעל שטח פארמערט ווערן צו 35 פראצענט פון די ערד'ס אויבערפלאך. אינזלן וואס שטייען אויף א קאנטינענטעל פאליציע פון אן אנגעגעבענע קאנטינענט ווערן געווענליך פאררעכענט אלס א טייל פון דעם קאנטינענט. א פראמינענטער ביישפיל איז גרויס בריטאנען און אירלאנד אין אייראפע.
 
אין געאלאגיע, ווי געזאגט, ווערן די קאנטינענטן געמאסטן אויף גאר אן אנדערן חשבון אויף וועלכע געאפיזיקיסטן האבן יארן לאנג געארבעט צו פארשן. זייער חשבון לויפט אויפ'ן סטרוקטור פון די ערד אונטער דעם קאנטינענט לויט איר שאק כוואליע און היץ. מיר וועלן זיך נישט אריינלאזן אין דעם פשעטל ווייל עס איז נישט דאס פלאץ פאר דעם און עס פארלאנגט זיך אויך א היבש ביסל שטערן איינקנייטשונג.
למעשה ווערט די סדר פון די קאנטינענטן אויסגערעכענט לויט די געאלאגישע חשבון ווי פאלגענד: [[אפריקע]], אנטארקטיק, [[אזיע]], [[אויסטראליע]], [[אייראפע]], [[נארט אמעריקע]], און [[דרום אמעריקע]].
 
== די מאפע ==