אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם סוצקעווער"

ייִדישער שרײַבער און רעדאַקטאָר
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: '''אברהם סוצקעווער''' (געבױרן 15 יולי, 1913), איז אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פֿון דער צװײטער װעל…
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 02:36, 25 מערץ 2009

אברהם סוצקעווער (געבױרן 15 יולי, 1913), איז אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פֿון דער צװײטער װעלט מילחמה. סוצקעווער איז געבױרן געװאָרן אין סמאָרגאָן, אַ שטעטל עפּעס 70 קילאָמעטער פֿון װילנע װאָס ליגט הײַנט צו טאָג אין בעלאַרוס. נאָך דער ערשטער װעלט מילחמה איז זײַנע מישפּחה איבערגעקליבן קײַן װילנע, װוּ ער איז געװאָרן אַ מיטגליג פֿון די בין, די בונדס יוגנט־גרופּע. זײַן ערשטע ליד איז דערשינען געװאָרן אין 1934. במשך פֿון דער צװײטער װעלט מילחמה האָט ער געװױנט אין דער װילנער געטאָ. אין 1943 איז ער אַנטגעלױפֿן פֿון דער געטאָ און האָט ער געװױנט אין װאַלד װי אַ פּאַרטיזאַן. בײת דער מילחמה האָט ער געשריבן איבער 80 לידער. הײַנט װױנט ער אין תל אביב. מען קען הײַנט לײנען זײַנע װערק אין ייִדיש, העברײיִש, ענגליש, דײַטש, און פֿאַרשידענע אַנדערע לשונות.