אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 128:
 
:איך בין נישט קלאר פון דער גאנצער מגילה וואס דו פרעגסט. צי מען זאל שרייבן "איד" אדער "ייד"? אוודאי ביידע אויסלייגן זענען כשר, אבער מען קען זיי נישט אויסמישן אין איין ארטיקל. דאס האט נישט קיין פנים. ווען מען שרייבט וועגן סאטמאר, פאסט צו שרייבן "איד" אזוי ווי זיי שרייבן. לאידך ווען מען שרייבט וועגן ייוו"א אדער פארווערטס, פאסט צו שרייבן "ייד" אזוי ווי זיי שרייבן.
:: 1. שרייבטס ''איך בין נישט קלאר פון דער גאנצער מגילה וואס דו פרעגסט'' איך פרעג זייער קלאר: געב מיר מראה מקומות אדער רעדט דיך דורך פאר דו לאזט רוני בלאקירן דא פאר דריי טעג. ווילסט דיך מאכן טעמיש כאילו איך האב דיר נישט ''קלאר'' געפרעגט כדי זאלסט מיך קענען אנרופן א פאליטיקער איז דאס דיין אויסוואל אבער זאל יעדער זעהן דיין ארבייט דא.
:: 2. אט הייסט ביסט מודה צו מיר אז מען שרייבט וועגן אידישקייט זאל דאס קומן מיט אן א'?--[[באַניצער:ווארצגאנג|א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י.]] 13:54, 23 מערץ 2009 (UTC)
 
:וועגן הירשע-דוד כ"ץ, ער שרייבט דאך "ייד", קוק אויף זיין וועבארט. (נאר אין דעם "אלגעמיינער" לייגן זיי אויס "איד" לויט זייערע כללים.) --<b>[[באניצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 15:21, 20 מערץ 2009 (UTC)
:: איך הער דאס הייסט אז מען שרייבט איבער אידישקייט ביסטו מודה צו מיר אז עס זאל קומען מיט אן א' יא אדער ניין?--[[באַניצער:ווארצגאנג|א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י.]] 13:54, 23 מערץ 2009 (UTC)
::יודל, מאַכסט אַ גרױסן טעות. עס זײַנען דאָ הײַנט זײער אַ סך מענטשן װאָס לערנען און קענען ייִדיש, ייִדיש לעבט איבעראָל, אין ישראל איז אפֿילו דאָ אַ קלאָרע פּראָפֿעסיע פֿאַר ייִדיש אין דער [[תעודת בגרות|בגרות דאָקומענט]], און אין אַלע אוניװערסיטעטן האָט ייִדיש אַ פּלאַץ. דאָס װאָס זײ שרײַבן ניט אין װיקיפּעדיע, זאָגן זײ אַלע פה־אחד אַז װײַל די װיקיפּעדיע איז פּראָסט און נאַריש געשריבן און עס איז ניטאָ דאָרט װאָס צו לײענען. און דערװײַל זײַנען זײ גערעכט. מיר קענען דאָ ניט בױען די װיקיפּעדיע פֿאַר אײן אײנציקע מאַרקאַנער פֿרומע קהילה װאָס האַלטן בכלל ניט צו אַנטװיקלען די שפּראַך און װיסנשאַפֿט בּכלל, זײ ניצן די שפּראַך נאָר מיט װאָס ס'נוגע צו זײער טאָג טעגליכן לעבן. אַן ענציקלאָפּעדיע מוז זײַן אַ סך מער כּלליתדיק, אױב מיר װעלן דערלאָזן שרײַבן ביעטש, סעלפאון, קוגל מיט טשאָלנט, װעט אונדזער װיקי קײנמאָל ניט זײַן פּראָפֿעסיאָנעל. אױב װעלן למשל די פֿײסבוך קהילה באַשליסן צו שרײַבן אין װיקיפּעדיע (אפֿשר טאַקע איז כדאי באַשטימען עטלעכע פֿון זײ װי מנהלים) װעלן מיר אָנהױבן זען באמת װיכטיקע אַרטיקלען. איך זאָג ניט ח"ו אַז די פֿרומע האָבן דאָ ניט קײַן אָרט, אָבער נעם אין באַאַכט אַז די אינטערנעט איז בײַ זײ אסור, און אױב איז שױן דאָ אַ פֿרומער װאָס איז גרײט צו שרײַבן און איז אָפֿן צו דער מאָדערנער װעלט און איר װיסנשאַפֿט, דאַרף ער זיך באַקענען אױך מיט דער קאָרעקטער ייִדיש. [[באַניצער:רוני|►רוני◄]] 16:36, 20 מערץ 2009 (UTC)
::: 1. פוילישער ארוני: איך מאך נישט קיין טעות איך האב געברענגט באווייזן האסטו דאס אויסגעמעקט און פארשפארט דעם ארטיקל.
::: 2. יידיש לעבט איבעראל אלץ א צווייטער שפראך דאס איינציגסטער פלאץ ווי דאס לעבט אלץ אן ערשטער מוטער שפראך איז דאס אין די חרדישע געזעלשאפט.
::: 3. דאס אז עס איז אנערקענט אלץ א חכמה פון א תעודת בגרות מיינט נישט אז דאס לעבט אלץ שפראך. דאס לעבט פשוט אלץ חכמה.
::: 4. דאס וואס זיי זאגן אז זיי שרייבן נישטא און דער אמת'ער סיבה פארוואס זיי שרייבן נישטא איז 2 זאכן. יעדער פארשטייט אז דער וויקיפעדיע איז א פרייער אפענער פראיעקט קיינער צווינגט קיינעם נישט גארנישט. זיי קענען דא קומען און שרייבן וויאזוי זיי ווילן און זיי וועלן דאס אויספארעמען לויט זייער ווילן.
::: 5. דאס וואס זיי זאגן אז דאס איז נאריש איז אפגעפרעגט דו אלץ ארונישער שוויצער זאגסט אויך אין דיין קרעטשמע טאג און נאכט אז מיר זענען נאריש דער פאקט איז יא מיר זענען נאריש אבער פון זעקס טויזענט ארטיקלן זענען מיר ווייניגער נאריש פון סיי וואסארע וועבסייט. צו איז דאס דיין קרעטשמע אדער זייער תפוז אדער פייסבוך.
::: 6. די איבעריגער חלום לאקאשן פאנטאזיע אז פייסבוך האט מער פרייע ווי פרומע און זיי זענען אונזער ישועה פארשטיי איך נישט פונקליך וואס דיך דרוקט אבער איין זאך איז קלאר נעם אראפ דיינע בלוטיגע הענט פון דא. איך בין מסכים זאל סיי יעדער איינער ווערן דא סיסאפ צו איז דאס פון פייסבוך צו איז דאס פון הייד פארק אדער דיין קרעטשמע. עס לאנג זיי פירן זיך לויט די פאליסיס פון נישט בלאקירן און זיך דורכרעדן איז דאס זייער גוט אדרבה ואדרבה. --[[באַניצער:ווארצגאנג|א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י.]] 13:54, 23 מערץ 2009 (UTC)