אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏מיינע חברים ניקס: אינטערוויקיס
שורה 9:
איר קענט מיר אויך שיקן אן אימעיל פריוואט (זעה זייטן מעניו פון דעם בלאט) און איך זאג צו קיינמאל דאס מפרסם זיין נאר נאך רשות.
==מיין מאטיוו און ציל==
חז"ל לערנען אונז ''גדול המחטיאו יותר מן ההורגו'' - דער פשט איז אז זינד זענען טאקע נישט קיין פיזישער טראגעדיע אבער א רוחניות'דיגער מאראלישער טראגעדיע איז א פאטאליטעט וואס קען נישט ערזעצט ווערן. אז מע'הארגעט איינעם אדער אפילו זעקס מיליאן איז די וועלט ווייטער וועלט. אנדערשט איז אבער אויב מעהארגעט דעם נשמה פון לעבן וואס הייסט וויסענשאפט: שטעלט אייך בלויז פאר אז איך נעם אוועק פון בילרבינו געיטסהקדוש והטהור רבי [[יואל טייטלבוים]] זצוק"ל אדער פוןדעם טמא'נעם אפיקורס און פורק עול מלכות שמים [[טשארלס דארווין]] שר"י - זיין הייליגן אדער להבדיל בין קודש לטמא זיין טמא'נעם '''געוויסן''', אוואו וואלט די וועלט געווען? איך קען זיך נישט פארשטעלן די צער ארימקייט און טויטקייט פון דידאס באשעפענישןבאשעפעניש אן די 2 טראכטערס.
 
אט דאס פיל איך כלפי דעם וויקיפעדיע פראיעקט. ווייל מיין בעסטער זאך אין לעבן איז דעת, נישט עפעס ווייס איך וואס וויסנשאפט אדער סייענס, נאר בלויז וויסן. אזוי האט מען מיך ערצויגן, מיט די צייט האב איך איינגעזעהן אבער אז ''דעת'' אליין'ס ד.ה. נאקעט בלויז דער וויסן פאקטאר איז נישט דער זאך אליין'ס. נאר יעדער געוויסן באשטייט פון אביסל געפילן וואס מאיז דורך אין לעבן אין האט זיך אקומילירט הנחות און טאבוס וואס העלפן דאס פארעמען מיין היינטיגער דעת.
 
דעריבער איז גארנישט שייך קיין בעסערער פראיעקט ווי איך זאל האבן א חלק ווי דער וויקיפעדיע אויף מיין מאמע לשון. דא קען איך מיך באלאנצירן מיין דעת און דאס אויספארעמען מיט די געפילן פון אנדערע.
 
==מיין רבי דא==
[[באנוצער:גאנגלערי]] - ער האט שטענדיג געזאגט אז וויקיפעדיע איז גרעסער ווי אים'ן און קען זיך נישט מיט אלעמען אן עצה געבן און רוב פראבלעמן דא וועלן געלייזט ווערן נישט דורך אים נאר דורך די לאנגער משך פון וויקיפעדיע וואס איז גרעסער פון לעבן אליין'ס.