אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏וויסנשאפט:: דערהיינטיגט
←‏שלום עליכם!: מיין ציל
שורה 8:
 
איר קענט מיר אויך שיקן אן אימעיל פריוואט (זעה זייטן מעניו פון דעם בלאט) און איך זאג צו קיינמאל דאס מפרסם זיין נאר נאך רשות.
==מיין מאטיוו און ציל==
חז"ל לערנען אונז ''גדול המחטיאו יותר מן ההורגו'' - דער פשט איז אז זינד זענען טאקע נישט קיין פיזישער טראגעדיע אבער א רוחניות'דיגער מאראלישער טראגעדיע איז א פאטאליטעט וואס קען נישט ערזעצט ווערן. אז מע'הארגעט איינעם אדער אפילו זעקס מיליאן איז די וועלט ווייטער וועלט. אנדערשט איז אבער אויב מעהארגעט דעם נשמה פון לעבן וואס הייסט וויסענשאפט: שטעלט אייך בלויז פאר אז איך נעם אוועק פון ביל געיטס אדער פון טשארלס דארווין זיין געוויסן, אוואו וואלט די וועלט געווען? איך קען זיך נישט פארשטעלן די צער פון די באשעפענישן אן די 2 טראכטערס.
 
אט דאס פיל איך כלפי דעם וויקיפעדיע פראיעקט. ווייל מיין בעסטער זאך אין לעבן איז דעת, נישט עפעס ווייס איך וואס וויסנשאפט אדער סייענס, נאר בלויז וויסן. אזוי האט מען מיך ערצויגן, מיט די צייט האב איך איינגעזעהן אבער אז ''דעת'' אליין'ס ד.ה. נאקעט בלויז דער וויסן פאקטאר איז נישט דער זאך אליין'ס. נאר יעדער געוויסן באשטייט פון אביסל געפילן וואס מאיז דורך אין לעבן אין האט זיך אקומילירט הנחות און טאבוס וואס העלפן דאס פארעמען מיין היינטיגער דעת.
 
דעריבער איז גארנישט שייך קיין בעסערער פראיעקט ווי איך זאל האבן א חלק ווי דער וויקיפעדיע אויף מיין מאמע לשון. דא קען איך מיך באלאנצירן מיין דעת און דאס אויספארעמען מיט די געפילן פון אנדערע.
==מיין רבי דא==
גאנגלערי - ער האט שטענדיג געזאגט אז וויקיפעדיע איז גרעסער ווי אים'ן און קען זיך נישט מיט אלעמען אן עצה געבן און רוב פראבלעמן דא וועלן געלייזט ווערן נישט דורך אים נאר דורך די לאנגער משך פון וויקיפעדיע וואס איז גרעסער פון לעבן אליין'ס.
==מיינע חברים ניקס==
פאלגענד זענען מיינע חברים וואס איך רעספעקטיר און האב ליעב אהבת נפש מער פון אלעם אויף די וועלט.
 
פוילישער - ער האט מיך געטשאלענדזשט מיט זיין ערקלערונג אז עס גייט אים נישט אן אז מען הארגעט דא מענטשן און מבאגייט אומרעכטן ווילאנג דאס האט דער צושטימונג פון די קהילה איז דאס נישט זיין פראבלעם.
 
רוני - ער האט מיך געלערענט אז מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער און אויפדעקן אידענטיטעטן איז אויך נישט קיין פראבלעם ווילאנג די קהילה איז נישט מוחה.
 
שמאלץ - ער האט מיר געלערנט אז דאס לעבן איז אסאך מער רואיג און געלאסן אז מען איז נישט מוחה אויף אומרעכטן און מע'מעקט דאס פון וויקיפעדיע.
 
שלום בערגער - אז מע'טאר נישט שרייבן נאר טאמער מען האט דורך געלערנט טיעף די סוביעקט.
 
- אבער איך בין מיט זיי טויט מחולק און איך האלט נישט ווי פוילישער אז מע'מעג שווייגן. איך האלט נישט ווי רוני אז ממעג באגיין אומרעכטן צו מעקן בלעטער פארשפארן בלעטער און בלאקירן באנוצער ווען מען וויל געווינען א מחלוקה. איך האלט נישט ווי שמאלץ אז פון נישט זיך מוחה זיין און ח"ו פאשטיקן עוולות איז מען רואיגער און געשמאקער דאס לעבן, איך האלט נישט ווי שלום בערגער נאר איך האלט אז קודם זאל מען שרייבן אביסל, בעסער ווי גארנישט. - איך דאנק זיי אבער אלע פארן מיך לערנען זייערע געפילן און וויסענשאפן. און וויסן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט זייערע שטערונגן.
 
וועט איר דאך פרעגן בין איך קלוגער ווי פוילישער אז איין מענטש קען זיך שלאגן מיט א רבים? בין איך דען קלוגער ווי רוני אז איך א באנוצער קען זיך שלאגן מיט א סיסאפ וואס קען מיט איין קוועטש פון א קנעפל מיך בלאקירן און צוניש לייגן הונדערטע שעות פון ארבייט. בין איך קלוגער פון שמאלץ אז פון האבן א גרויס מויל און זיך קריגן כסדר וועל איך האבן איין חבר? בין איך קלוגער פון שלום בערגער אז עם הארצות און שטות איז ערגער פון אלע עבירות. ניין! אבער מיין רבי גאנגלערי האט מיר געזאגט און געפאדערט: וויקיפעדיע איז גרעסער ווי איין אדער זעקס מיליאן לעבענעס. עס וועט עין די ענדע נעמען אונזערע אלע חסרונות און מעלות צוזאמן מיט אונזערע זינד און קנאות'ער און העלפן די לעבן פון אונזערע דורות וואס וועלן אונז שוין נישט קענען און וויסן.
 
לעבן זאל וויסן! לעבן זאל דער וויקיפעדיע!
 
==מיינע ביישטייערונגן==