אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער איד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
גרונטסארטיר:
אריבערגענומען טעקסט פון משה פרידמאן (גבאי)
שורה 27:
 
דער איד אָפֿט האָט אַרטיקלעך װאָס מאַכן װיצן פֿון אַלגעמײנע ייִדן װאָס זײַנען נישט סאַטמאַר. זײ '''ניצן נישט''' כּלל־ייִדיש לױט ייִװאָ "סטענדארדס".
 
 
== רעדאקטאר ==
 
ר' סענדר דייטש איז געווען דער רעדאקטאר פון דער איד און ער האט עס געפירט יארן און עס געדרוקט אין זיין דרוקעריי "דייטש פרינטיג" און מיט דער צייט ווען דער איד האט זיך אויסגעברייטערט און עס האט פארנומען א סך צייט און ארבעט, און זייענדיג דער רעדאקטער פון דער צייטונג האט ער זיך נאר אפגעגעבן מיט דער צייטונג און ער האט מער נישט געקענט אננעמען אנדערע דרוקעריי ארבעט.
 
מיט'ן אויפקום פון דער טעכנאלאגיע פון [[קאמפיוטער]] איז אפגעמאכט געווארן א באשלוס אז האלבע צייטונג וועט געדרוקט ווערן ביי דייטש פרינטיג און די אנדערע האלב וועט געמאכט ווערן דורכן קאמפיוטער. ר' סענדר זייענדיג געוואוינט פון קינדווייס אן אז דרוקעריי ווערט געמאכט מיט די בלויזע הענט, האו זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דער יונגער קאפיוטער וועט אייננעמען די מאכט, און אינגאנצן ארויסשטויסן דעם אור אלטן דרוק מיטל, אלס רעזולטאט האט ער נישט אריינגעלייגט אין ארויפארבעטן זיין דרוקעריי אויפן מאדערנעם שטייגער, אזוי ארום ווען ער האט שוין בלית ברירה געמוזט טוישן די סיסטעם האבן שוין די יונגווארג וואס האבן געארבעט אויף די צווייטע טייל פון דער איד וואס איז שוין פון פריער געווען געמאכט דורכן קאמפיוטער, איבער גענומען די לייצעס און זיי האבן געמאכט מער פארשריט אין דעם געביט, זייענדיג שוין מער דערפארן דערין, אזוי ארום האט זיך דער שיק אינגל געקענט ארויפזעצן אויף דעם גאנצן עלטערן שטאב און איבערגענומען מיט געוואלד דאס בעלות אויף ''דער איד''. ר' סענדר זייענדיג א סבלן האט נישט געזאגט קיין ווארט אפילו ער האט מקריב געווען אומנות אבותיו פאר דער צייטונג און פאר אידישקייט, האט ער געשוויגן און נישט געוואלט אויפרייצן א מחלוקה אין [[סאטמאר]].
 
ר' סענדר האט גאנץ גוט געוואוסט אז אויב קומט ער ארויס שרייען צום עולם אז מען האט אים בא'עולה'ט וועט ער גאנץ שנעל קענען באאיינפלוסען דעם עולם צו זיין זייט, אבער ער האט געוואוסט אז ביים רבי'ן איז [[משה פרידמאן (גבאי)|משה גבאי]] בעל הבית, און ער וועט מיטן רבי'ן פירן א קאמף קעגן אים.
 
{{גרונטסארטיר:איד}}
{{יידישע צייטונגען}}
{{יידיש שפראך צייטונגען}}
[[קאַטעגאָריע:פרומע צייטונגען]]
 
[[קאַטעגאָריע:פרומע צייטונגען|א]]
 
[[en:Der Yid]]