אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געמעקט וואס רעדט נישט וועגן משה פרידמאן
←‏דער איד: אריבערגעפירט טעקסט צו דער איד
שורה 30:
ער איז פּרעזידענט פֿונעם װאָכן בלאַט [[דער איד]]. דאס דינט אים אויך אין זיין מערכה צו באגראבן די [[ארונים]]. ווייל אפילו די ארונים האבן טאקע געפענט א אייגענע צייטונג קאנקורענט [[דער בלאט]], איז דאס דערווייל נישט קיין אלטערנעטיוו צו דעם מאכט פון דער איד, וואס דער אלגעמיינער טראדיציאנאלער סאטמאר איד וואס איז נישט צו שטארק פארברענטער ארוני קויפט נאך אלס. און ער האט אויך באוויזן ארויסצובאקומען אן איסור פון ר' משה טייטלבוים קעגן דער בלאט וואס האט געגעבן שטאף פאר די זאליס געשעפטן דאס נישט צו פארקויפן.
 
ר' סענדר דייטש איז געווען דער רעדאקטאר פון דער איד און ער האט עס געפירט יארן און עס געדריקט אין זיין דריקעריי "דייטש פרינטיג" און מיט די צייט ווען דער איד האט זיך אויסגעברייטערט און עס האט פארנומען א סך צייט און ארבעט, און זייענדיג דער רעדאקטער פון דעם צייטונג האט ער זיך נאר אפגעגעגעבן מיט דעם צייטונג און ער האט מער נישט געקענט אננעמען אנדערע דרוקעריי ארבעט.
 
מיט'ן אויפקום פון די טעכנאלאגיע פון קאמפיוטער איז אפגמאכט געווארן א באשלוס אז האלב צייטונג וועט געדרוקט ווערן ביי דייטש פרינטיג און די אנדערע האלב וועט געמאכט ווערן דורכן קאמפיוטער. ר' סענדר זייענדיג געוואוינט פון קינדווייס אן אז דרוקעריי ווערט געמאכט מיט די בלויזע הענט, האו זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דער יונגער קאפיוטער וועט איינעמען די מאכט, און אינגאנצען ארויסשטויסען דעם איר אלטען דרוק מיטל, אלס רעזולטאט האט ער נישט אריינגעלייגט אין ארויפארבעטען זיין דרוקעריי אויפן מאדערנעם שטייגער, אזוי ארום ווען ער האט שוין בלית ברירה געמוזט טוישן דעם סיסטעם האבן שוין די יונגווארג וואס האבן געארבעט אויף די צווייטע טייל פון דער איד וואס איז שוין פון פריער געווען געמאכט דורכן קאמפיוטער, איבער גענומען די לייצעס און זיי האבן געמאכט מער פארשריט אין דעם געביט, זייענדיג שוין מער עקספירענסד דערין, אזוי ארום האט זיך דער שיק אינגעל געקענט ארויפזעצען אויף דעם גאנצען עלטערן שטאב און איבערגענומען מיט געוואלד דאס בעלות אויפ'ן איד. ר' סענדר זייענדיג א סבלן האט נישט געזאגט קיין ווארט אפילו ער האט מקריב געווען אומנות אבותיו פאר דעם צייטונג און פאר אידישקייט, האט ער געשוויגען און נישט געוואלט אויפרייצען א מחלוקה אין סאטמאר..
ר' סענדר האט גאנץ גוט געוואוסט אז אויב קומט ער ארויס שרייען צום עולם אז מען האט אים בא'עולה'ט וועט ער גאנץ שנעל קענען באאינפלוסען דעם עולם צו זיין זייט, אבער ער האט געוואוסט אז ביים רבי'ן איז משה גבאי בעל הבית, און ער וועט מיטן רבי'ן פירן א קאמפ קעגן אים, גענוי וואס משה גבאי האט געטון מיט ר' אהרן, ר' סענדר וואס די כבוד פון סאטמאר איז אים געווען בעפאר אלעם איז גרייט געווען צו שלינגען בלוט נאר עס זאל נישט אויספלאצן א קריגעריי אין סאטמאר.
די קינדער און אייניקלעך פון ר' סענדר האבן קיינמאל נישט מוחל געווען משה גבאי אויף דעם שאנדפולן אקט וואס ער האט געטון, און זיי ווידערהאלן כסדר אז דער איד ליגט אין זיינע הענט בגזילה ממש!
 
[[קאַטעגאָריע:סאטמאר]]