אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "IPod"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: hi:आयपॉड
מ שײכותדיקע אַרטיקלען
שורה 41:
עפל האט גענוצט געלונגענע אדווערטייזמענטס צו העלפן פארקויפן די איי-פאדס. מענטשן גלייכן די אדווערטייזמענטס וועלכע זענען זייער סטייליש און אויג פארכאפנד און דאס איז פאראנטוואטליכט פאר א גרויסע פראצענט אויף די איי-פאד סוקסעס. די ערטשע איי-פאד אדווערטייזמענט איז געגאנגן מיט די לאזונג: "טויזענט ניגונים אין דיין טאש". שפעטער האט עפל גענוצט מוזיק אינסטרומענטן וועלכע האבן געשפילט פאפולערע מוזיק און צום לעצט גייען אלע איי-פאד אדווערטייזמענטס מיט שטאנעס פון מענטשן וועלכע טראגן די ווייסע איי-פאד מיט א בעגראונד פון פארשידענע קאלירן.
עפל האט א סיסטעם אז זי שפרינגט שנעל מיט נייע מאדעלן און האלט דאס פאר א סוד ביז די לעצעט מינוט און ווען דאס ווערט געמאלדן קען מען דאס שוין באקומען אין די געשעפטן. דאס איז א שווערע זאך אין די היינטיגע ביזנעס וועלט, ספעציעל זינט די איי-פאד איז אזא אויפגעכאפטע זאך. די פירמע שיקט איר פרעזידענט, דזשאבס, צו געבן די מעלדונגן און געווענליך ליגן שוין די פראדוקטן ביי די שוועלן פון די געשעפטן. דאס איז א שטארקע קאנטראסט צו רוב אנדערע פירמעס וועלכע מעדלן פראדוקטן וועלכע זענען נאך נישט פראדוצירט געווארן און בי דער צייט ווען עס קומט ארויס איז מען שוין נישט אינטרעסירט דערין און אמאל קומט עס אפילו נישט ארויס אין די ענדע.
 
== שײכותדיקע אַרטיקלען ==
* [[iTune]]
 
[[קאַטעגאָריע:מוזיק]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/IPod"