אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תענית אסתר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ru:Пост Эстер
ת"ט
שורה 1:
[[בילד:Esther.jpg|left|thumb|250px|מעלעריי בילד פון אסתר המלכה, געמאלן דורכן ארטיסט Fovres Dingwall]]
'''תענית אסתר''' (אויף יידיש זאגט מען '''אסתר תענית''') איז דער טאג פאר [[פורים]], [[י"ג אדר]] (אין אן [[עיבור יאר]], אדר שני). דער טאג איז א [[פאסט-טאג]], מען זאגט [[סליחות]] און [[קריאת התורה|מ'ליינט]] [[ויחל]]. ווען י"ג אדר געפאלט שבת, פאסט מען דעם פריערדיקן דאנערשטאג, [[י"א אייר]].
 
כאטש אנדערע תעניתים וואס געפאלן שבת שטופט מען דעם [[תענית]] ביז זונטאג, אבער אין דעם פאל טאר מען נישט פאסטן זונטאג (ווייל ס'איז פורים) דעריבער פעדערט מען דעם תענית צו דאנערשטאג.
 
דער [[רמ"א]] פסק'נט אז צו פאסטן אסתר תענית איז נאר א [[מנהג]] און נישט קיין [[חובה]], אנדערש ווי די אנדערע פיר תעניתים פון חז"ל, דעריבער איז מען מער מיקל אסתר תענית און געוויסע הלכות.
 
== מקור ==
די תענית ווערט נישט דערמאנט קלאר און [[חז"ל]], די איינציגע פלאץ וואס עס ווערט דערמאנט איז אנהויב [[מסכת מגילה]] זאגט די [[גמרא]] אז 'י"ג זמן קהלה לכל', דער [[רבינו תם|ר"ת]] זאגט אז דאס גייט ארויף אויף תענית אסתר, וואס דעמאלטס זאמעלט מען זיך איין צו דאווענען צום אייבערשטן און פאסטן, וויבאלד די אידן בימי [[אחשורושאחשוורוש]] זענען אויך געווען אנגעוויזן אויף רחמי שמים.
 
אבער [[רש"י]] לערנט אז די ווערטער 'י"ג זמן קהלה לכל' איז נישט קיין [[הלכה]], נאר ענדערש דאס באציעט זיך אויף דער געשיכטע פון דער מגילה, אז אום י"ג אדר האבן זיך איינגעזאמעלט די אידן זיך [[נקמה|נוקם]] זיין אויף די פיינט.
שורה 16 ⟵ 18:
 
== מנהגים ==
אין [[מסכת סופרים]] שטייט אז דער מנהג איז צו פאסטן דריי טעג נאך פורים, [[מאנטאג]], [[דארנעשטאגדאנערשטאג]] און מאנטאג, וואס רופט זיך [[בה"ב]], ווייל בזמן אסתר האט מען אויך געפאסט דריי טעג, אבער דער [[ב"יבית יוסף]] זאגט אז מיר פאסטן נישט דריי טעג ווייל עס איז אזאך [[שאין הציבור יכולין לעמוד]].
 
אין [[קב הישר]] שטייט אז אום אסתר תענית זאל מען זאגן [[קאפיטל]] כ"ב פון [[ספר]] [[תהלים]], 'א-לי א-לי למה עזבתנו', און עס איז [[סגולה]] צו געהאלפן ווערן מיט ישועות, ווייל [[חז"ל]] זאגן אז אסתר האט געזאגט די [[תפלה]] איידער ער איז אריין צו אחשורוש צו אפרופן די גזירה פון [[המן]].