אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל רובין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: '''רבי מנחם מענדל רובין זצ"ל''' (ה'תקס"ו - א' ר"ח אלול ה'תרל"ג), רב אין גלאגאוו. ==אפשטאם== '''…
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 14:22, 22 פֿעברואַר 2009

רבי מנחם מענדל רובין זצ"ל (ה'תקס"ו - א' ר"ח אלול ה'תרל"ג), רב אין גלאגאוו.

אפשטאם

רבי מנחם מענדל איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ו, צו זיין פאטער הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

רבנות

רבי מנחם מענדל איז געווען עטליכע יאר אין אפטא ביי זיין שווער, פון יאר ה'תר"ה איז ער געווען רב אין גלאגאוו.

הסתלקות

רבי מנחם מענדל איז נפטר געווארן א' ר"ח אלול ה'תרל"ג.

פאמיליע

רבי מנחם מענדל האט געהייראט מרת חוה אסתר א טאכטער פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר