אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 29:
 
== רבנות==
בעת ער האט געוואוינט און סאטמאר אלס אינגערמאן איז געווען די רעדע איהם צו אויפנעמען פאר מרא דאתרא אין סאטמאר, נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רב '''ר' יהודה גרינוואלד''', בעל '''שבט מיהודה''', איז געווען די רעדע איהם צו אויפנעמען פאר מרא דאתרא אבער עס איז נישט געקומען לידי מעשה. נאך אפאר יאר זיצן און סאטמאר האט ער אנגענומען זיין ערשטע רבנות פאסטן אין דער שטאט [[אירשאווע]], א קליין שטעטל אין [[קארפאטנרוס]], לעבן [[מונקאטש]], ווי ער האט אויך געפירט א ישיבה. ר' יואל האט שפעטער געזאגט אז זיינע בעסטע יארן איז געווען אין אירשאווע וואו ער האט געהאט א פארהעלטענסמעסיקע קליינע קהלה מיט מינימאלע שטערונגען און ער האט געקענט רואיג זיצן און דינען דעם אייבישטן.
 
און יאר תרע"ה ביי דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] איז ער אנטלאפן פון אירשאווע און געפליכטעט צוריק קיין סאטמאר וואו ער איז האט געוואוינט דארט 6 יאר ער האט געהאט דארט זיין אייגן ביהמ"ד וואס מען האט גערופן "דער ארשעווער ביהמ"ד" און פולע אידן פון סאטמאר האבן זיך באהאפן צו איהם, אויך איז ער געווען שטארק נונט מיטן ארטיגן רב ר' אליעזר דוד גרינוואלד, וואס האט איהם שטארק גישעצט. אין יאר תרפ"א איז ער צוריקגעפארן קיין אירשאווע.