אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 40:
 
== זיין רעטונג פון די נאציס==
ער האט קודם פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם [[רומעניע|רומענישן]] [[גרעניץ]] ווי ער מיט נאך פילע אידן זענען געפארן אין א [[רויטןרויטער קרייץ]] [[טראק]] פון סאטמאר קיין [[קלויזנבורג]], א וועג פון בערך 3-4 שעה, אנקומענדיג אהין און מיטן נאכט ביים גרעניץ האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד וואס האט געדארפט אנווייזן די וועג אריבער דעם גרעניץ איז ארונטערגעבליבן און איז נישט מיטגעקומען, צוליב פרעמדע אידן וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און מיטן די טימעלניש איז דער איד נישט מיטגעקומען, דער פירער פונעם טראק האט מיט רעגעניש זיי אלע אראפגעווארפן פונעם טראק שיצלאז און מיטן פרייען גאס, ווי יעדער איז זיך צולאפן. די אלע אידן צוזאמען מיט ר' יואל האבן די [[געסטאפא]] געכאפט און ארעסטירט און דערנאך זיי אריינגעשיקט און די קלויזנבורגער [[געטא]].
 
נאכן זיצן אפאר וואכן אינעם קלויזענבורגער געטא, און די דייטשן האבן אנגהויבן צו דעפארטירן די קלויזענבורגער אידן קיין [[אוישוויץ]], האבן זיינע חסידים איבער די וועלט אנגעהויבן צופארארבעטן איהם ווי אמשנעלסטן ארויסצוראטעווען איידער מ'דעפורטירט איהם, און מיט שווערע אינטערווענצן פון שוחד און שתדלנות איז געלונגען אריינצושטעלן איהם מיט זיין פרוי מרת [[אלטא פייגא טייטלבוים|אלטא פייגא]] און זיין גבאי ר' [[יוסף אשכנזי]], און א ספעציעלער [[באן]] קיין [[בודאפעסט]] מיט בערך 2000 אידן וואס א געוויסער ציוניסטישער אקטיוויסט [[רודאלף קאסטנער]] מיטן היופט עס עס [[אדאלף אייכמאן]] האבן פארהאנדלט אפצוראטווען פאר שווערע געלטער, [[גאלד]] און צירונגען זיי צו ארויספירן קיין [[שווייץ]].
 
כאטש ער (קאסטנער) האט נאר געוואלט ראטעווען אונגארישע [[ציוניסט]]ן מיט דער [[באן]], וואס איז געפארן אויף דער [[שווייץ]], דאך האט ער מיט געלאזט אפאר [[רעליגיע|רעליגיעזע]] [[איד|אידן]] און צווישן זיי דער [[סאטמאר]]ער רבי '''רבי יואל''' פאר אסאך געלט וואס איז צאמגעשטעלט געווארן דורך זיינע חסידים און סימפאטיקער איבער די וועלט.