אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 25:
ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטען זיווג 3 טעכטער, אלע 3 זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין אירשאווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אלס מיידל, זי ליגט און [[סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט זיין ברודערס זוהן, ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]], דער לעצטער רב פון סיגעט, דער זוהן פונעם עצי חיים, זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט זיין שוועסטער זוהן, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זוהן פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט, זי ליגט און [[טבריה]].
 
און יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א [[הארץ]] קראנקייט, זי ליגט און סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטא פיגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל א יתומה, פון [[טשענסטאכוב]], [[פוילן]]. איר פאטער ר' אביגדור שפירא ז"ל, וואס האט שוין נישט גילעבט, איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטאכוב, אן אייניקל פונעם שרף פון [[מאגלניצא]] (וואס איז געווען אן איידעם פון דער מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. ר' יואל איז אריבערגעפארן קיין [[טשעבין]] לעבן קראקע, צו חתונה האבן מיט איר. די רביצין אלטא פיגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז געשטארבן און יאר תשס"ג, און ליגט לעבן איר מאן און קרית יואל.
 
== רבנות==