אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 19:
ר' יואל איז פון אלס יוגנט געווען באקאנט אלס א גאר הייליקער און אבגעהיטענער פערזאן. זיין ערשטער זיווג איז געווען הרבנית חוה די טאכטער פון ר' [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] פון [[פלאנטש]], א ראפשיצער און דזשיקאווער אייניקל, אויך זענען זיי געווען [[קוזין|קוזינען]] ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' משה איז געווען איין איידעם ביים ייטב לב.
 
==פערזענלעכע ביאגריפעביאגראפיע==
[[טעקע:Satmar romania.JPG|קליין|200px|ר' יואל און דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב]]
ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. נאךער זייןהאט חתונה מיטגעהאט חוהאין יאר תרס"ד, ממש פאר זיין פאטערס הסתלקות, מיט די טאכטער פון רבי [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] ז"ל דער פלאנטשער רב, איז ער געזעסןאיז געזעסין גיציילטע יארן אויף [[קעסט]] ביי זיין שווער אין [[ראדאמישל]], [[פוילן]], בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויףאויך צוגיטשעפעט צום בעלזער רבי ר' [[ישכר דוב רוקח]] זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין [[אונגארן]] און זיך באזעצט אין די שטאט [[סאטמאר]], [[זיבנבערגן]], וואו ער האט געהאט זיין אייגן ביהמ"ד און א שיינע קבוצה חסידים.
 
ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטען זיווג 3 טעכטער, אלע 3 זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין אירשאווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אלס מיידל, זי ליגט און [[סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט זיין ברודערס זוהן, ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]], דער לעצטער רב פון סיגעט, דער זוהן פונעם עצי חיים, זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט אירזיין שוועסטער זוהן, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זוהן פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט, זי ליגט און [[טבריה]].
 
און יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א [[הארץ]] קראנקייט, זי ליגט און סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטא פיגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל פון [[טשענסטכאווטשענסטאכוב]], [[פוילן]]. איר פאטער ר' אביגדור שפירא ז"ל איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטכאווטשענסטאכוב, אן אייניקל פונעם שרף פון [[מאגלניצא]] (וואס איז געווען אן איידעם פון דער מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. ר' יואל איז אריבערגעפארן קיין [[טשעבין]] לעבן קראקע, צו חתונה האבן מיט איר. די רביצין אלטא פיגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז געשטארבן און יאר תשס"ג, און ליגט לעבן איר מאן און קרית יואל.
 
== רבנות==