אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה האלבערשטאם (א)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
==אפשטאם==
 
'''רבי שלמה''' איז געבוירן אין דזשיקאוו אין יאר [[ה'תר"ז]], צו זיין פאטער הרב '''[[מאיר נתן האלבערשטאם]]''', א זון פון הרב [[חיים האלבערשטאם]] ''דער דברי חיים''. און צו זיין מוטער מרת '''ביילא''' א טאכטער פון, הרב '''[[אליעזר הורוויץ]]''', ''דער דזשיקאווער רב'', א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. ביי די אכט יאר איז ער געווארן א [[יתום]] פון פאטער, ער איז ערצויגען געווארן ביים זיידן ''דער צאנזער רב''.
 
==רבנות==
 
אין עלטער פון צען יאר איז '''רבי שלמה''' געווארן א יתום פון זיין פאטער, און איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין זיידן [[חיים האלבערשטאם|דער צאנזער רב]]. דער זיידע האט אין אים אריינגעלייגט געוואלדיגע [[כוחות]], אין '''רבי שלמה''' איז אויסגעשטיגן א געוואלדיגער תלמיד חכם. '''רבי שלמה''' האט געלערנט ביים זיידן צוזאמען מיט זיין שוועסטער-קינד רבי [[משה האלבערשטאם (בארדיוב)|משה'לע בארדיאווער]], דער זיידע האט זיי איבערגעגעבן די אויפגאבע [[מסדר]] צו זיין זיינע [[תשובות]].
 
אין יאר [[ה'תרכ"ד]] האט דער זיידע ''דער דברי חיים'' אריין געשטעלט '''רבי שלמה''' אלס רב אין [[בוקאווסק]], אין יאר [[ה'תרל"ט]] איז ער געווארן רב אין [[אושפצין]], אין יאר [[ה'תר"ם]] איז ער אריבער קיין [[ווישניצא]], אין יאר [[ה'תרנ"ב]] איז ער אריבער קיין [[באבוב]].
שורה 15 ⟵ 17:
==פאמיליע==
 
אין יאר [[ה'תרכ"א]] אין עלטער פון זעקסצען יאר, האט '''רבי שלמה''' געהייראט '''בזיווג ראשון''' מרת '''רבקה הענא''' א טאכטער פון הרב '''[[יהושע ראזענפעלד]]''', רב אין [[קאמינקא]], א זון פון הרב [[שלום ראזענפעלד]], רב אין [[קאמינקא]]. זי איז נפטר געווארן [[ט"ו אב]] [[ה'תרס"ב]]. זייערע צוויי קינדער:
 
* הרב '''[[בן-ציון האלבערשטאם (א)|בן-ציון האלבערשטאם]]''' רב אין [[באבוב]].