אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

102 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 12 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
[[בילד:SatmarRebbeYoel.png|left|300px|thumb|סאטמאר רבי, ר' יואל טייטלבוים זצ"ל]]
'''רבי יואל טייטלבוים זצ"ל''' ([[י"ז טבת]] [[ה'תרמ"ז]] 1887- [[כ"ו אב]] [[ה'תשל"ט]] 1979) איז דער ערשטער און גרינדער פון די סאטמארע חסידות. ברייט באקאנט מיט זיין שטייפע אפאזיציע צו ציוניזם. ער איז געבוירן געווארן אין [[סיגעט]] (דעמאלסט אונגארן) י"ז טבת תרמ"ז צו זיין [[טאטע]] רבי [[חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים]] זצ"ל בעל [[קדושת יום טוב]].
 
== יונגע יארן==
[[טעקע:Satmar romania.JPG|קליין|200px|ר' יואל און די שטאט סאטמאר ראמעניא אלס רב]]
ער איז געבוירן געווארן אין [[סיגעט]] (דעמאלסט אונגארן) י"ז טבת תרמ"ז צו זיין [[טאטע]] רבי [[חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים]] זצ"ל בעל [[קדושת יום טוב]].
 
ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. נאך זיין חתונה מיט חוה, די טאכטער פון רבי [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] ז"ל דער פלאנטשער רב, איז ער געזעסן גיציילטע יארן אויף קעסט ביי זיין שווער אין [[ראדאמישל]], [[פוילן]], בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויף צוגיטשעפעט צום בעלזער רבי ר' [[ישכר דוב רוקח]] זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין [[אונגארן]] און זיך באזעצט אין [[סאטמאר]], [[זיבנבערגן]], וואו ער האט געהאט זיין אייגן ביהמ"ד און א שיינע קבוצה חסידים.
 
==זיין יחוסאפשטאם ==
ר' יואל זצ"ל'ס ייחוס ציט זיך ביז דעם גרויסן רבי פון חסידים, ר' משה טייטלבוים זצ"ל פון [[איהעל]] באקאנט אלס דער ''ישמח משה''. דער ישמח משה האט געשטאמט פון [[פשעמישל]], [[גאליציע]] און איז געווען א [[מתנגד]], שפעטער איז ער געווארן א חסיד אין א תלמיד פון דעם חוזה מ'לובלין אונטער דער השפעה פון זיין איידעם, '''ר' [[אריה לייביש ליפשיץ]]''', דער '''אריה דבי עילאי'''. דער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט געבן [[קמיע]]'ס וואס מ'האט געזען גאר וואונדערליכע זאכן אפי' די גוים האבן געוואוסט דערפון.
 
ר' יואל איז פון אלס יוגנט געווען באקאנט אלס א גאר הייליקער און אבגעהיטענער פערזאן. זיין ערשטער זיווג איז געווען הרבנית חוה די טאכטער פון ר' [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] פון [[פלאנטש]], א ראפשיצער און דזשיקאווער אייניקל, אויך זענען זיי געווען [[קוזין|קוזינען]] ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' משה איז געווען איין איידעם ביים ייטב לב.
 
==פערזענליכע ביאגריפע==
== משפחה==
[[טעקע:Satmar romania.JPG|קליין|200px|ר' יואל און די שטאט סאטמאר ראמעניא אלס רב]]
ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. נאך זיין חתונה מיט חוה, די טאכטער פון רבי [[אברהם חיים הורוויץ (פלאנטש)|אברהם חיים הורוויץ]] ז"ל דער פלאנטשער רב, איז ער געזעסן גיציילטע יארן אויף קעסט ביי זיין שווער אין [[ראדאמישל]], [[פוילן]], בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויף צוגיטשעפעט צום בעלזער רבי ר' [[ישכר דוב רוקח]] זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין [[אונגארן]] און זיך באזעצט אין [[סאטמאר]], [[זיבנבערגן]], וואו ער האט געהאט זיין אייגן ביהמ"ד און א שיינע קבוצה חסידים.
 
ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטען זיווג 3 טעכטער, אלע 3 זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין אירשאווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אלס מיידל, זי ליגט און [[סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט זיין ברודערס זוהן, ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]], דער לעצטער רב פון סיגעט, דער זוהן פונעם עצי חיים, זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט איר שוועסטער זוהן, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זוהן פון ר' העניך מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט, זי ליגט און [[טבריה]].
 
== רבנות==
באותו זמן איז געווען די רעדע איהם צו אויפנעמען פאר מרא דאתרא אין סאטמאר אבער עס איז נישט געקומען לידי מעשה. נאך אפאר יאר זיצן און סאטמאר האט ער אנגענומען זיין ערשטע רבנות פאסטן אין דער שטאט [[אירשאווע]], א קליין שטעטל אין [[קארפאטנרוס]], לעבן [[מונקאטש]], ווי ער האט אויך געפירט א ישיבה. ר' יואל האט שפעטער געזאגט אז זיינע בעסטע יארן איז געווען אין אירשאווע וואו ער האט געהאט א פארהעלטענסמעסיקע קליינע קהלה מיט מינימאלע שטערונגען און ער האט געקענט רואיג זיצן און דינען דעם אייבישטן.
 
===אירשאווע===

===די ערשטע וועלט מלחמה===
און יאר תרע"ה ביי דער [[ערשטער וועלט מלחמה]] איז ער אנטלאפן פון אירשאווע און געפליכטעט צוריק קיין סאטמאר וואו ער איז האט געוואוינט דארט פאר 6 יאר ער האט געהאט דארט זיין אייגן ביהמ"ד וואס מען האט גערופן "דער ארשעווער ביהמ"ד" און פולע אידן פון סאטמאר האבן זיך באהאפן צו איהם, אויך איז ער געווען שטארק נונט מיטן ארטיגן רב ר' אליעזר דוד גרינוואלד, וואס האט איהם שטארק גישעצט. אין יאר תרפ"א איז ער צוריקגעפארן קיין אירשאווע.
 
===קראלי===
 
אין יאר תרפ"ד האט ער פארלאזט אירשאווע און אנגענומען די רבנות פאסטן און מיטגעברענגט זיין ישיבה אין דער שטארק חסידישער שטאט [[קראלי]], [[זיבנבערגן]], [[רומעניע]], ביים גרענעץ פון אונגארן, ער האט ממלא מקום געווען ר' [[שאול בראך]] זצ"ל וואס איז דאן געווארן רב אין [[קאשוי]] ְהיינט [[סלאוואקיי]]). דארט אין קראלי האט זיך ר' יואל ערווארבן צו איינע פון די גרעסטע חסידישע מנהיגים און אייראפע, פילע חסידישע אידן האבן אנגעהויבן זיך צו באהעפטן צו איהם.
 
=== סאטמאר===
 
און יאר תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, '''ר' אליעזר דוד גרינוואלד''', דער '''קרן לדוד''', איז דאן ווידער ערוועקט געווארן די געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל פאר רב, ר' יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגער און חסידים, נאך גיציילטע יארן פון צאנקערייען מיט די ארטיגע אשכנז'ישע איינוואוינער, 2 וואלן און 2 דין תורות ווי ר' יואל האט אלס געזיגט, האט ר' יואל פארלאזט קראלי און אריבערגעקומען זיך באזעצן אין שטאט און יאר תרצ"ד, 6 יאר נאכן הסתלקות פון לעצטן רב.
80

רעדאקטירונגען