אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

סאטמאר איז א גרויסער באוואוינטער צענטער שטאט ווי עס האבן געוואוינט טויזענטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן. דארט און סאטמאר האט ר' יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ר' יואל איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע, ווען מ'האט ניסן תש"ד קאנצעטרירט די סאטמארע אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט קיין אוישוויץ הי"ד.
 
== זיין רעטונג פון די נאציס==
== די מלחמה יארן==
ער האט קודם פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם רומענישן גרעניץ ווי ער מיט נאך פילע אידן זענען געפארן אין א [[רויטן קרייץ]] טראק פון סאטמאר קיין קלויזנבורג, א וועג פון בערך 3-4 שעה, אנקומענדיג אהין און מיטן נאכט ביים גרעניץ האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד וואס האט געדארפט אנווייזן די וועג אריבער דעם גרעניץ איז ארונטערגעבליבן און איז נישט מיטגעקומען, צוליב פרעמדע אידן וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און מיטן די טימעלניש איז דער איד נישט מיטגעקומען, דער פירער פונעם טראק האט מיט רעגעניש זיי אלע אראפגעווארפן פונעם טראק שיצלאז און מיטן פרייען גאס, ווי יעדער איז זיך צולאפן. די אלע אידן צוזאמען מיט ר' יואל האבן די געסטאפא געכאפט און ארעסטירט און דערנאך זיי אריינגעשיקט און די קלויזנבורגער געטא.
 
80

רעדאקטירונגען