אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 10:
ר' יואל זצ"ל'ס ייחוס ציט זיך ביז דעם גרויסן רבי פון חסידים, ר' משה טייטלבוים זצ"ל פון [[איהעל]] באקאנט אלס דער ''ישמח משה''. דער ישמח משה האט געשטאמט פון [[פשעמישל]], [[גאליציע]] און איז געווען א [[מתנגד]], שפעטער איז ער געווארן א חסיד אין א תלמיד פון דעם חוזה מ'לובלין אונטער דער השפעה פון זיין איידעם, '''ר' [[אריה לייביש ליפשיץ]]''', דער '''אריה דבי עילאי'''. דער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט געבן [[קמיע]]'ס וואס מ'האט געזען גאר וואונדערליכע זאכן אפי' די גוים האבן געוואוסט דערפון.
 
ווען דער ישמח משה איז נסתלק געווארן כ"ח תמוז תר"א האבן זיינע קינדער נישט מצליח געווען אנצוהאלטן דאס רבנות אין איהעל צוליב דער שטארקער מתנדגישער קהלה. זיין איינציגער זוהן האט געהייסן ר' [[אלעזר ניסן טייטלבוים]] זצ"ל, ער איז געווען א שטארק צוריקגעצויגענער און שארפער מענטש, נאכן זיין רב פאר א קורצע וויילע און [[סיגעט]] האט ער צוליב שטרייטן מיט די [[קאסאוו (הויף)|קאסאווער]] חסידים זיך אריבערגעצויגן קיין [[דראהביטש]] די היים שטאט פון זיין פרוי מרת רוזא בלימא, די טאכטער פון ר' אהרן פון חודרוב (לעבן דרוהביטש) אין מזרח [[גאליציע]], און פאקטיש ממלא מקום געווען זיין שווער, וואו ער איז געווען דארט רב ביז זיין פטירה שבת תשובה תרט"ו.
 
דער עלצטער זון פון ר' אלעזר ניסן איז געווען ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים]] זצ"ל באקאנט אלס דער ''ייטב לב'', ער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה דוד אשכנזי ז"ל פון טאלטשאווע און סוף ימיו און [[צפת]]. דער ייטב לב איז געווען באקאנט אלס גאון בנגלה ובנסתר, ער האט געהאט א שטארקן כח מגידות, [[שלש עשרה מדות]] פאר שמע קולנו פלעגט ער האלטן דרשות קרוב צו דריי שעה. דער ייטב לב איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געפירט א [[ישיבה]].
 
דער ''ייטב לב'', נאכן זיין רב און פארשידענע קהלות און אונגארן און אין גאליציע, איז ער אין יאר תרי"ח אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא פון דער גרויסער שטאט [[סיגעט]], ווי דאס רבנות איז אנגעהאלטן געווארן ביי זיינע קינדער און אייניקלעך ביזן [[חורבן אייראפע]].