אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנה האלבערשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
==אפשטאם==
 
'''רבי חנה''' איז געבוירן [[ו' תמוז]] [[ה'תרמ"ד]], צו זיין פאטער הרב '''[[מנחם מענדל האלבערשטאם]]''', רב אין [[פריסטיק]], א זון פון הרב [[אריה לייביש האלבערשטאם (קשאנאוו)|אריה לייביש האלבערשטאם]], רב אין [[דוקלא]], א זון פון הרב [[דוד האלבערשטאם (קשאנאוו)|דוד האלבערשטאם]] רב אין [[קשאנאוו]], א זון פון הרב [[חיים האלבערשטאם (צאנז)|חיים האלבערשטאם]], ''דער דברי חיים''. און צו זיין מוטער מרת '''פייגא ביילא''' א טאכטער פון הרב '''[[יחזקאל שרגא האלבערשטאם (שינאווא)|יחזקאל שרגא האלבערשטאם]]''', ''דער שינאווער רב''.
 
פאר '''רבי חנה''' איז געבוירן, איז זיין מוטער די פריסטיקער רביצין אריין צו איר פאטער דער שינאווער רב, וועלכער האט זיך געקליבן צו פארן קיין [[קרעניץ]] זיך אויסרוהען, זי האט געוויינט ביים זיידן ער זאל איר אנווינטשן אז זי זאל האבען א לייכטן געבורט און דאס קינד זאל בלייבן לעבען, (ווייל ביז דאן האבען זיך נישט געהאלטן ביי איר קיין קינדער ל"ע). דער פאטער האט איר געענטפערט, די טראגסט אין דיר א '''צדיק''', האט זיך דער משב"ק רבי אנשיל אנגעריפן מיט א ווערטעל, א צדיקת, האט דער פאטער איבערגעזאגט, '''ניין, א צדיק'''.