אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צבי הירש האלבערשטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
==רבנות==
 
'''רבי הערש'עלע''' האט אין א געלעגנהייט זיך אויס געדריקט, ''פון ווען איך בין געקומען צו מיין פארשטאנד האב איך אויפגעפאסט נישט צו שלאפען ווען טאג און נאכט קומען צוזאמען, אינדערפרי און באנאכט''.
'''רבי הערש'עלע''' איז געווען [[מסמך להוראה]] פון זיינע צוויי זיידעס דער [[צאנז]]ער רב און דער [[סיגוט]]ער רב.
 
נאך זיין [[חתונה]] איז '''רבי הערש'עלע''' אין יאר [[ה'תרכ"ח]] אריבער וואוינען קיין [[צאנז]] נעבען זיין זיידען דער צאנזער רב, דארט איז ער געווען פון די [[חבורה]] אייניקלעך וואס דער זיידע האט מיט זיי געלערנט טעגליכע [[שיעורים]]. אין יענע צייט איז ער געזעצען אין געהארעוועט אין [[תורה]] און אויסגעשטיגען אין לערנען, אין יאר [[ה'תרל"ה]] האט אים דער צאנזער רב געשיקט קיין [[סיגוט]] נעמען [[שימוש]] ביים צווייטן זיידען ''דער ייטב לב''. נאך א קורצע צייט האט אים דער סיגוטער רב געגעבן [[היתר הוראה]], ווען ער איז צוריק געקומען קיין צאנז האט אים דער צאנזער זיידע פארהערט אין אים אויך [[מסמך]] געווען, זאגענדיג ''ער איז אן אוסערגעווענליכער [[בעל הוראה]]''.
 
אין יאר [[ה'תרל"ז]] איז '''רבי הערש'עלע''' געווארן רב אין [[ניסקא]], דארט איז ער געווען אומגעפעהר צען יאר ביז אין יאר [[ה'תרמ"ז]] ווען זיין פאטער ''דער גארליצער רב'' איז געווארן רב אין [[גארליץ]], האט מען '''רבי הערש'עלען''' אויפגענימן אויף זיין פאטער'ס ארט רב אין [[רודניק]].
 
'''רבי הערש'עלע''' איז געווען אויסגעקאכט אין תורת הקבלה ווי זיין זון רבי זלמן לייב'לע (שפעטער באקאנט אלס דער קלויזנבורגער רב) דערצייילט, מאנכע מאל האט ער אים געזאגט טיפע זאכען, ער האט זיך געווינדערט, אז ס'איז נאך פארהאן אין דעם דור א מענטש וואס זאל קענען דאס דערגרייכן.
 
ביי די [[ערשטע וועלט קריג]] איז '''רבי הערש'עלע''' אנטלאפן מיט זיין פאמיליע קיין [[אונגארן]], די צווייטע נאכט [[חנוכה]] [[ה'תרע"ה]] זענען זיי נאגעקומן קיין [[קליינווארדיין]], דארט האט ער געזוכט ווי צו זיין, זיין'ס א באקאנטער הרב מענדל מאיר יעקאבאוויץ האט אים אוועק געגעבען זיין וואוינונג.
 
==הסתלקות==
 
'''רבי הערש'עלע''' איז נפטר געװאָרן אין [[קליינווארדיין]], [[ט"ו אב|ט"ו מנחם אב]] [[ה'תרע"ח]], זיין זון '''רבי יקותיאל יהודההערש'עלע''' האט מיט גרויס אנשטרענגונג ערלעדיגט אז מען זאל אים ברענגען קיין [[גארליץ]], צו [[קברי אבות]], אזויווי זיין פאטער '''רבי הערש'עלע''' האט געוואלט .
 
==פאמיליע==