אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צבי אלימלך שפירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: '''רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל''' (ה'תקמ"ג - י"ח טבת ה'תר"א) ''דער בני יששכר''. ==אפשטאם== '''רבי הערש מי...
 
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
'''רבי הערש מילך''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תקמ"ג]] <small>(אומגעפעהר)</small>, צו זיין פאטער הרב '''פסח לאנגזאם''', פון [[יאווארניק]], רבי פסח איז געווען א מלמד פון קינדער און געהאנדעלט מיט ספירט, מ'האט אים גערופען ''רבי פסח יאווארניקער''. און צו זיין מוטער<ref>א.ל.ג. ברענגט אז זי האט געהייסן איטה בת עלקא, אבער פון די ווערטער פון בלאזאווער רב ווייזט אויס אז זי האט געהייסן רחל מינא</ref> א ניכטשע פון ''רבי אלימלך פון ליזשענסק''.
 
עס ווערט פארציילט אז דער צדיק רבי אלימלך האט געזאגט פאר די מוטער פון בני יששכר אז ווען איהר קינד וועט געבוירן ווערן זאל זי איהם רופען מיט נאמען אלימלך אזוי ווי ער הייסט, די מוטער האט אבער געהאט מורא אז דאס מיינט אז רבי אלימלך וועט נישט לעבן און דעריבער הייסט ער געבן נאך איהם א נאמען דעריבער ווען ער איז געבוירן האט זי איהם גערופען "צבי אלימלך", ווען זי איז שפעטער געקומען און דאס פארציילט פאר רבי אלימלך האט ער געזאגט: "א הירש איז נישט קיין מלך" דעריבער וועט ער זיין א האלבער אלימלך.
 
==רבנות==