אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם הורוויץ (שענדישאוו)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
==אפשטאם==
 
'''רבי אברהם אבא''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תקפ"ג]], צו זיין פאטער הרב '''[[יעקב הורוויץ (מעליץ)|יעקב הורוויץ]]''' רב אין [[מעליץ]], א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]] ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב '''אברהם מרדכי''' פון [[פינטשוב]].
 
==רבנות==
 
'''רבי אברהם אבא''' איז געווען רב אין [[שענדישוב]] אומגעפעהר פינפצוג יאר, ער איז געווען א געוואלדיגע [[מתמיד]], און שטענדיג געזעצען און געלערנט.
 
==הסתלקות==
 
'''רבי אברהם אבא''' איז נפטר געווארן זונטאג אינדערפרי [[ל' שבט]] [[ה'תרס"ה]]. ער איז געווען דער לעצטער אייניקל פון ''ראפשיצער רב''. זיין ברידער'ס זון [[דער מעליצער רב]] האט אים [[מספיד]] געווען אין די גרויסע שול, אויך זיין זון ''דער סטריזשעווער רב'' האט אים מספיד געווען.
 
==פאמיליע==
 
'''רבי אברהם אבא''' האט געהייראט מרת '''ראכיל''' א טאכטער פון מרת פרידא, א טאכטער פון הרב [[אברהם זאב וואלף פרענקל]] דער ''משיב כהלכה''.
'''בזיווג שני''' האט ער געהייראט מרת '''רייזא''' א טאכטער פון הרב מנחם מענדל וויינבערגער פון [[דוקלא]]. זיינע קינדער:
* הרב '''[[אלטער זאב הורוויץ]]''', רב אין [[סטריזשעוו]].
* הרב '''[[טוביה הורוויץ (שענדישוב)|טוביה הורוויץ]]''', ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[שענדישוב]].
* מרת '''חיה''', די פרוי פון הרב '''שלמה יעקב אייכנשטיין''', א זון פון ''רבי אייזיק'ל זידיטשובער'' .
* מרת '''שפרינצא''' די פרוי '''בזיווג שני''' פון הרב '''[[שמואל ענגיל]]''' רב אין [[ראדימישלא]].
שורה 26 ⟵ 28:
 
[[קאַטעגאָריע: ראפשיץ]]
[[קאַטעגאָריע: מעליץ]]