אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "געגאסענע בליי אפעראציע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 23:
 
דעם דריטן יאנואר ביינאכט, ד'"ה מוצ"ש, זענען די ערשטע זעלנער אריין אין עזה, ווי זיי האבן זיך אנגעשטויסן מיט כאמאס קעמפֿער.
די כח וואס איז אריין אין עזה איז געווען א שטארק,ע און נעמט אריין די גולני בריגאדע, פאראשוטיסטן בריגאדע, און די גבעתי בריגאדע, און דאס אלץ רעכנט נישט אריין די געפאנצערטע קרעפטן, וואס איז טאנקן און בולדאזערס, און ישראל האט גענוצט די קאנאנען, און הערמאטן קרעפטן, מיטן ציל צו "פארווייכערן פאזיציעס" פון די פיינט.
 
ישראל האט יעדן טאג געמאכט, א הומאניטארישע וויילע ווען אלע ציווילע אין עזה קענען זיך גיין באזארגן מיט שפייז, און אנדערע נויטבאדערפטיקע ארטיקלן, די טעראריסטן האבן אויסגענוצט די צייט זיך ארומצורירן, אויסנוצענדיק די ישראל וווילטעטיקייט,
 
ווי אין אלע מלחמות אין באוווינטע געגנטער, און דערצו א שונא וואס ניצט אויס די ציווילע, פאר אירע קעמפערישע צוועקן, צו מאכן זיכער אז ישראל ברענגט אום ווי מער ציווילע, איז זייער שווער צו צילן אויף א שונא, דערפאר זענען די צאל ציווילע אומגעקומענע, זייער הויעך, און עס רעכנט אריין מענטשן, וואס די כאמאס האט געהרגט פארן נישט אויספאלגן זייערע באפעלן, ווי די [[פאטאך]] צייטונג וואס קומט טעגליך ארויס אין [[ראמאללא]] האט איבערגעגעבן, אז צענדליקע מענטשן ווערן אומגעברענגט אין [[עזה]] דורך די [[כאמאס]] און דערנאך באשולדיקן זיי [[ישראל]].
 
14 ישראלער זענען אומגעקומען, פון זיי ניין סאלדאטן, און פינעף ציווילע. ביי די פאלעסטינער בערך 1300, וואס פון זיי צווישן, פינעף און זעקס הונדערט כאמאס קעמפער, און די איבריקע ציווילע, די שאדן פאר ישראל איז פיר ביליאן שקל, פון די פאלעסטינער נאך נישט אפגעשאצט געהעריק. די כאמאס טענהט אז בלויז פינעף און פערציג, פון זייערע קעמפער זענען אומגעקומען.
 
[[קאַטעגאָריע:ישראל פאלעסטינער קאנפליקט]]