אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר הורוויץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
==אפשטאם==
 
'''רבי אליעזר'ל''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תק"ן]] <small>(אומגעפעהר)</small>, צו זיין פאטער הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]] דער ראפשיצער רב, א זון פון [[מנחם מענדל רובין]], רב אין [[לינסק]], באקאנט אלס רבי ''מענדעלע לינסקער''. און צו זיין מוטער מרת '''רבקה''' די טאכטער פון הנגיד הרב '''צבי הירש גאלדהאמער''' פון [[דוקלא]].
 
 
==רבנות==
 
'''רבי אליעזר'ל''' האט געגעסען קעסט ביי זיין שווער אין [[ראווא-ראסקארוסקא,]] ווען זיין שווער איז געווארן א יורד רח"ל האט ער זיך ערשט באשעפטיגט מיט האנדלען פון וויין, נאכהער איז ער געפארן קיין [[ראפשיץ]] וואוינען נעבען פאטער. נישט וועלענדיג אנעמען קיין רבנישע שטעלע, האט ער - האבענדיג א זייער א שיינע און זיסע שטימע - זיך געפריעווט צו ערנערען פון חזנות, אבער נישט קענענדיג ביישטיין דעם פינאנציעלען ענגשאפט, איז ער געווארן רב אין [[דזשיקאוו]].
 
==הסתלקות==
 
'''רבי אליעזר'ל''' איז נפטר [[ג' חשוון]] [[ה'תרכ"א]], אין ליגט אין [[דזשיקאוו]].
 
==פאמיליע==
 
'''רבי אליעזר'ל''' האט געהייראט די טאכטער פון הנגיד הרב '''יחיאל איכל רויזנפעלד''' פון [[ראווא-רוסקא]], (א פעטער פון הרב [[שלום רויזנפעלד]] פון [[קאמינקא]]). זייערע קינדער:
 
* הרב '''[[מאיר הורוויץ]]''', ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[דזשיקאוו]].
* הרב '''[[ישראל הורוויץ]]''', רב אין [[בארנוב]].
:'''רבי ישראל'יש''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תקע"ד]], ער איז אויפגענימען געווארן אלס ערשטער רב אין [[בארנוב]], ס'איז געווען א שטאט פון [[בני תורה]]. כאטש ער איז געווען באוויסט אלס געואלדיגער [[בעל מופת]], א [[בעל מקובל]] און א הייליגער מענטש, דאך האט ער נישט געוואלט פירען קיין רביסטעווע, און ער האט פארטריבען די וואס זענען געקימעו זיך פראווען ביי אים. ער האט געלערנט מיט אויסגעצייכענטע בחורים, ער האט איינגעפירט צו זאגען יעדען שבת א [[פילפול]].
:'''רבי ישראל'יש''' איז נפטר געווארן [[א' ניסן|ר"ח ניסן]] [[ה'תר"ל]].
:אין יאר ה'תקפ"ח האט '''רבי ישראל'יש''' געהייראט '''בזיווג ראשון''' מרת '''יוכבד''' א טאכטער פון הרב '''דוד האגער''' פון [[זבלטוב]].
:'''בזיווג שני''' האט '''רבי ישראל'יש''' געהייראט מרת '''ביילא''' א טאכטער פון הרב '''[[אברהם חיים הורוויץ (לינסק) (א)|אברהם חיים הורוויץ]]''' רב אין [[לינסק]]. זייערע צוויי קינדער:
:* הרב '''אברהם שמחה הורוויץ''', ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[בארנוב]].
:* מרת '''חיה מינדל''', די פרוי פון הרב '''[[צבי הירש האלבערשטאם]]''', רב אין [[רודניק]]
:'''בזיווג שלישי''' האט '''רבי ישראל'יש''' געהייראט די אלמנה פון הרב '''דוד לעזער''' פון [[טארנא]]
* הרב '''[[ראובן הורוויץ]]''', רב אין [[דעמביץ]].
:'''רבי ראובן''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תק"ף]] <small>(אומגעפעהר)</small>, ער איז געווען זייער יונג ווען מען האט אים אויפגענימען רב אין דעמביץ, (און אנפאנג האט ער געהאט שווערע קעגנערס). ער פלעגט נישט צושלאפען גאנץ שבת, דערפאר פלעגט ער טאנצען אגאנצן טאג, די חסידים האבען זיך אנגעטיילט צו טאנצען מיט אים א גאנצן שבת. '''רבי ראובן''' איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרמ"ב (אומגעפעהר)
:'''רבי ראובן''' האט געהייראט '''בזיווג ראשון''' אן אייניקל פון הרב '''איסר''' רב אין [[ראזוואדאוו]]. זייער זון:
:* הרב '''אלטער ישעיה הורוויץ'''.
:'''בזיווג שני''' האט '''רבי ראובן''' געהייראט א גביריש קינד זי האט געפירט גרויסע געשעפטען, אויף חתונה צומאכען די קינדער פלעגט זי פארקויפען עפעס א פראפערטי. זייערע קינדער:
:* הרב '''שמואל הורוויץ''', ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[דעמביץ]].
:* הרב '''נפתלי הורוויץ''', פון דעמביץ.
:* מרת '''גיטלה''', די פרוי פון הרב '''בצלאל הורוויץ''' רב אין [[פילזנא]]
:* מרת '''ברכה''', די פרוי פון הרב '''ישראל יוסף אונגאר''' פון טארנא
:* מרת '''חנה''', די פרוי פון הרב '''יצחק הורוויץ''' פון [[בארנוב]], א זון פון הרב אברהם שמחה הורוויץ רב אין בארנוב.
* הרב '''[[משה הורוויץ]]''', רב אין [[ראזוואדאוו]].
* מרת '''ביילא''', די פרוי פון הרב '''[[מאיר נתן האלבערשטאם]]''', א זון פון ''דברי חיים''.
* די פרוי פון הרב '''חנינא הורוויץ''' רב אין [[אולינוב]], א זון פון איר פעטער הרב [[יעקב הורוויץ (מעליץ)|יעקב הורוויץ]], רב אין [[מעליץ]]
 
==רעפערענצן==
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר
 
<references/>