אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נפתלי צבי הורוויץ"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ
הרברבי '''נפתלי צבי הורוויץ''' ([[ו' סיון]] [[ה'תק"ך]] - [[י"א אייר]] [[ה'תקפ"ז]]) איז געווען דער רב פֿון [[ראפשיץ]], [[מערב גאליציע]] און פֿון די גרויסע מנהיגים פֿון [[חסידים]].
 
==אפשטאם==
== ביאגראפיע==
 
רבי נפתלי צבי איז געבוירן [[יום טוב]] [[שבועות]], [[ו' סיון]] [[ה'תק"ך]], דעם טאג וואס דער [[בעל שם טוב]] איז אוועק, בגדר "ובא השמש וזרח השמש"<ref>'''הרב [[אלחנן היילפרין]]''', ''שיחתן של עבדי אבות''</ref>, אין [[לעשנאוו]], [[גאליציע]] צו זיין פאטער ר'הרב [[מנחם מענדל רובין|מענדעלע]], לינסקעררב אין [[לינסק]] באקאנט אלס ''רבי מענדעלע לינסקער''. און צו זיין מוטער מרת ''ביילא'' די טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ רב אין אה"ו באקאנט אלס ''רבי איציקל האמבורגער''. (דער נאמען הורווית נעמט זיך פון זיין מוטער'ס שטוב).
 
==זיינע רבי'ס==
 
רבי נפתלי האט געלערנט ביי זיין זיידען רבי איציקל, ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט פארשטאנען די [[שיעורים]], הרב [[יעקב לינדענבוים]] פון [[ליסא]], דער ''חוות דעת'', האט אים געבעטען ער זאל מיט אים איבערלערנען די שיעורים. אויך האט ער געלערנט ביי זיין פעטער הרב [[משולם איגרא]] צוזאמען מיט הרב [[מרדכי בנעט]] און דער חוות דעת.
 
צו די בר מצוה האט רבי נפתלי'ס פאטער אים געפירט צו הרב [[אלימלך ווייסבלום]] פון [[ליזשענסק]] באקאנט אלס ''דער רבי ר' מלך'', דער ''נועם אלימלך''. (אנדערע זאגען אז דאס איז געווען ביים זלאטשובער מגיד). פון די פינפצען יאר האט ער זיך געווייקט ביים רבי ר' מלך, איין גאנץ יאר איז ער געווען ביי הרב מרדכי פון נעשכיז, אזוי אויך איז ער געווען ביים אפטער רב הרב אברהם יהושע העשיל און ביים רוזינער הרב ישראל. אין אלעם איז ער געווען ביי צוויי הונדערט רבי'ס ווי דער צאהל פון "עשה לך ר"ב". געלערנט האט ער ביי הרב ישראל דער קאזשניצער מגיד און ביי הרב מנחם מענדל פון רימונוב, אבער זיין הויפט רבי איז געווען הרב יעקב יצחק הורוויץ דער חוזה פון לובלון.
 
==רבנות==
 
אויף די המלצה פון רבי נפתלי'ס רבי הרב מנחם מענדל פון רימונוב האט מען אים אויפגענימען אלס רב אין ראפשיץ, שפעטער איז ער אויך געווארן רב איינמאהל א וואך אין לינסק, סטריזשעוו און קרייז סאניק
 
==הסתלקות==
 
רבי נפתלי איז נפטר געווארן אויף דעם וועג קיין [[לאנצהוט]], [[י"א אייר]] [[ה'תקפ"ז]], אין ליגט אין לאנצהוט
 
==פאמיליע==
 
'''בזיווג ראשון''' האט רבי נפתלי געהייראט מרת '''שיינדיל''' די טאכטער פון הרב וועלוועל סטאקער פון די [[בראד]]ער עשירים, אבער איר געפירעכץ איז אים נישט געפאלען, אויף דעם באראטונג פון הרב יחיאל מיכל פון זלאטשוב האט ער זי ג'גט. נאכהער איז רבי נפתלי געזעצען אין זלאטשוב, זיין רבי דער זלאטשובער מגיד האט אים אנגעטראגען א שידוך מרת '''רבקה''' די טאכטער פון הנגיד הרב '''צבי הירש גאלדהאמער''' א וויין הענדלער פון דוקלא, נאך וואס ער האט איר געהייראט '''בזיווג שני''' איז ער געפארן קיין [[זוקלא]], דארט האט ער זיך באשעפטיגט מיט בדחנות און שדכנות. זייערע קינדער:
* הרב '''[[אברהם חיים הורוויץ]],''' ממלא מקום פון פאטער, רב אין [[לינסק]].
* הרב '''[[יעקב הורוויץ]]''' רב אין [[קאלבאסאוו]].
* הרב '''[[אליעזר הורוויץ]]''' רב אין [[דזשיקאוו]].
* די פרוי פון הרב '''[[אשר ישעיה רובין]]''' ממלא מקום פון שווער, רב אין [[ראפשיץ]].
 
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער אדמורי"ם]]
 
4,038

רעדאקטירונגען