אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מרדכי שעכטער"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה |
מ צוליב עפּעס אַ סיבה איז געשטאַנען סאַמעך_מעם... |
||
שורה 1:
[[בילד:N540740400 15328 512.jpg|left|thumb|250px|ד"ר '''מרדכי שעכטער''' ]]
ד"ר '''מרדכי שעכטער''' (2007-1927), דער דריטער [[רעדאקטאר|רעדאַקטאָר]] פֿון אױפֿן שװעל (1957־2004), איז אַ באַװוּסטער [[יידיש|ייִדיש]]־[[לינגוויסטיק|לינגװיסט]], ־[[שרייבער|שרײַבער]], און ־[[לערער|לערער]]. ער איז געבױרן געװאָרן אין [[טשערנאוויץ|טשערנעװיץ]] (דעמאָלט [[רומעניע]]) אין 1927 און האָט געקראָגן זײַן [[דאקטאראט|דאָקטאָראַט]] אין לינגװיסטיק פֿון [[ווינער אוניווערסיטעט|װינער אוניװערסיטעט]] אין 1951. פֿון דעמאָלט אָן װױנט ער אין [[אמעריקע|אַמעריקע]]. ער האָט פֿון 1972 געלערנט ייִדיש אין [[קאלומביע אוניווערסיטעט|קאָלומביע־אוניװערסיטעט]] אין [[ניו יארק|ניו־יאָרק]] און, פֿון 1981 ביז ער איז אַרױס אױף [[פּענסיע]] אין די סוף 80ער יאָרן, איז ער דאָרט געװען דער עלטערער לעקטאָר אין ייִדיש־לימודים. ער האָט געלערנט [[שפראך|שפּראַך]] אין דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך, [[ליטעראטור|ליטעראַטור]] און [[קולטור]] בײַם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן [[אינסטיטוט]] — [[ייווא|ייִװאָ]] און קאָלומביע־אוניװערסיטעט פֿון איר אָנהײב אין 1968 ביז 2002. ער האָט אױך געלײענט ייִדיש־קורסן אין ייִדישן טעאָלאָגישן [[סעמינאר|סעמינאַר]] (1960־1962), אין ייִדישן לערער סעמינאַר/[[הרצליה]] (1962־1978), און אין [[ישיבה אוניווערסיטעט|ישיבֿה־אוניװערסיטעט]] (1968־1973). ער איז געװען דער לערער פֿון אַ סך אָנגעזעענע װיסנשאַפֿטלערס און [[פראפעסאר|פּראָפֿעסאָרן]] פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און [[געשיכטע]] איבער דער גאָרער װעלט. (
מרדכי שעכטער איז געקומען קײן אַמעריקע אין 1951 אָבער ער האָט געאַרבעט פֿאַרן ייִװאָ נאָך זינט 1947, צו ערשט װי אַ זאַמלער פֿאַר דעם ייִװאָ־אַרכיװ אין די פּליטים־לאַגערן אין [[עסטרייך|עסטרײַך]], דערנאָך אין ניו־יאָרק װי אַ [[ביבליאגראף|ביבליאָגראַף]] און [[קארעקטאר|קאָרעקטאָר]] (1954־1956); צום סוף, פֿון 1971 ביז 1986, װי דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט ייִדישע שפּראַך, אַ זשורנאַל אַרױסגעגעבן פֿון ייִװאָ איבערגעגעבן כּלל־ייִדיש — אַרױסרעד, [[גראמאטיק|גראַמאַטיק]], װאָקאַבולאַר אאַז"ו.
|