אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראל כאמאס קאנפליקט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: שבת, די 27סטן אין דעצעמבער, האט ישראל אנגעפאנגען מיט א נייעם קאמפיין, אונטערצודריקן דעם ענדלאזן טע...
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
שבת, די 27סטן אין דעצעמבער, האט [[ישראל]] אנגעפאנגען מיט א נייעם קאמפיין, אונטערצודריקן דעם ענדלאזן [[טעראר]] וואס [[כאמאס]] פירט דורך קעגן ישראל, אכט יאר נאכאנאנד, [[פונעם עזה פאס]].
 
אמאל באשטייט עס פון אויפרייסן מינעס לענגאויס דאס גרעניץ צוים, מערסטנטייל אריינשיסן ראקעטעס אין ישראל טעריטאריע, און דערביי אומברענגען, פארווונדען ציווילע, און סתם אנמאכן א חורבן, דאס איז די סיטואציע, פון וואס די מערב טייל פונעם [[נגב]], וואס גרעניצט זיך מיטן עזה פאס, ליידט שוין פאר די פארגאנגענע אכט יאר.
 
ישראל מיטן גארנישט טאן, האט געגעבן א פרייע האנט פאר די טעראר גרופעס זיך צו ארגאניזירן און זיך באוואפענען אי געווער ווי אר.פי.זשי. קעגן טאנקן, אי קאסאם, אדער גראד ראקעטן, וואס זענען טאקע אלטמאדיש, און זייער אפעקט איז א מינימאלע, אבער עס איז גענוג צו מאכן קאפוויי פארן ישראל באפעלקערונג.
 
דער טרוים פון כאמאס איז שטענדיק געווען, צו אריינשלעפן די [[ישראל ארמיי]] אינעם פאסטקע, דורכן זיי מאכן אטאקירן די עזה פאס, און כאמאס וועט ווייזן וואס זי קאן.
 
די ישראל גענעראל שטאב, האט טאקע באשלאסן ארויסצוגיין מיט אן אטאקע קעגן די טעראר גרופעס, אבער מיט די [[לופט כוחות]], אויף דעם האבן די טעראריסטן נישט קיין ענטפער, און וואס זיי קענען טאן איז באשיסן שטעט, אין א ראדיאס פון פערציג קילאמעטער פון עזה מיט ראקעטן, און הערמאטן.
 
די לופט כוחות האבן אטאקירט וויכטיקע צילן, און אומגעברענגט הונדרעטע טעראריסטן.
 
די עגיפטישע[[עגיפטי]]שע האבן פרובירט אויסצוהאמערן א המשך צום פייער אפשטעל, וואס איז געווען אין קראפט בעפאר די קריג האט זיך אנגעפאנגען אבער די כאמאס האט זיך איינגעעקשנט אויף אירע תנאים, און ישראל קאן זיך נישט ערלויבן נאכצוגעבן אויף די פונקטן פונעם כאמאס, די עגיפטישע האבן דערנאך דערקלערט, אז כאמאס איז שולדיק אין דעם וואס פאלעסטינער בלוט ווערט פארגאסן אין די גאסן, דורכן פארלאנגען פון ישראל תנאים וואס קאנען נישט דורכגעפירט ווערן.