אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ בילדער
אין תקציר עריכה
שורה 71:
 
אויך זיין פרוי שרייבט אזוי: בן יהודה האט אצינד שוין איינגעזעהן אז עס איז געווען א טעות פון זיין זייט נאכגעבן פאר די פרומע און זיי ווייזען אז ער איז פרום, דערמיט וועלן זיי נאכנישט וועלן הערן וואס ער רעדט און זאגט, ער האט פארשטאנען אז כדי אריין ברעגנען זיינע שיטות מוז ער שרייבן אסאך אין צייטונגען מיט א "תעלומה בלתי פוסקת", דעריבער האט בן יהודה אראפגעווארפען פון זיך דעם לבוש פון ירושלים, אפגעשניטן זיינע פאות, אויפגעהרט צו גיין אין בית המדרש, אויסגעטוהן זיין טלית, פלוצלונג איז בן יהודה געווארן ארגינאל, אזוי ווי ער איז נאר וואס געקומען פון פאריז (חייו ומפעלו ע' 36). ער האט דירעקט נישט געהיט שבת און יום טוב, דירעקט געגעסן עסן וואס איז נישט כשר (שם ע' 31).
 
אין יענע צייט כאטש די נישט פרומע האבן געהאט שטארקע חילוקי דעות מיט די פרומע, און זענען געווען אפגעטיילט, דאך האבן זיי זיך נישט געזיכט צו שלאגן און אנגרייפן די פרומע וויסענדיג אז דער פרומע ישוב איז דער רוב, אבער אנדערש איז געווען בן יהודה וואס האט זיך נישט אפגעהאלטן פון גארנישט, ער איז ארויס מיט א גרויסע מלחמה קעגן דעם ישוב הישן און קעגן אלעס וואס האט מיט דת (מעלות ע' 91).
 
עס איז זעלבסט פארשעטנדליך אז די פרומע זענען איהם נישט שולדיג געבליבן און האבן איהם געענפטערט מיט אלעס מעגליך, זיין ווייב פארציילט''' "די פרומע האבן געזעהן אין מיין מאן בן יהודה דער שורש פון אלדינג שלעכטס''', דער ישוב הישן האט איהם גערודפט, דער אמת איז אז ביים ישוב הישן איז אלעס וואס איז ניי געווען שלעכטס, די מושבות זענען געווען אין חרם ווייל זיי האבן נישט געהיטן שמיטה, די בתי ספר מיט זייער מורים און די תלמידים מיט די עלטערע זייערע אלעס איז געווען אין חרם (חייו ומפעלו ע' 44). קלוזנער שרייבט: די קנאים האבן איהם געלייגט אין חרם אסאך מאל מען האט געצינדן שווארצע ליכט מיט שופרות ביים כותל המערבי.
 
== זיין שטרעבונג ==
 
זיין שטרעבונג איז געווען אזוי ווי די מיינונג פון די ערשטע ציונים, אז מען זאל זיין א יוד אהן קיין תורה געזעצץ, אלעס וואס מען דארף האבן צו זיין א איד איז צוויי זאכן, א לאנד און א שפראך, דת תורה אליין איז גארנישט, (מפעל חייו ע' 19). כדי צו ווייזען פאר יעדען אז מען קען זיין א איד אהן היטן שבת, האט ער געשריבן א הודעה אין צייטונג "הדואר"''' "ליל השבת" האדון והגברת בן יהדוה מתכבדים להודיע לכל וכו' קבלת אורחים מדי שבוע בשבוע בלילות השבת וכו', כל מי שרוצה לדבר בנוגע להלשון העברית או לשאלו אחרות יקובל בעת הבקור הכללי וכו'"'''
 
ער האט זיך און זיין פרוי און זיינע קינדער פארצייכנט אז זיי זענען '''בני בלי דת,''' דאס הייסט זיי באלאנגען נישט צו קיין גלויבן און אידישע געזעצען, נאר צו דאס אידישע פאלק, זיין הויפט מיינונג איז אז די אידישע לאומיות באשטייט פון דריי זאכן, שפאראך, מענטליכקייט, און אויפבויען דאס ערד פאר א מדינה (מפעל חייו).
 
בן יהודה איז געוען פון די פירענדע ציונים אין ארץ ישראל, ער האט זיך אוועק געגעבן צו שרייבן זיינע ביכער "מילון העברי" גאר אסאך.
שורה 93 ⟵ 99:
 
זיין חבר [[מיכל פינס]] האט איהם אמאל געבעטן ער זאל עס נישט טוהן, ווייל זיין זוהן קען אויפוואקסן נישט נארמאל, ער קען נישט געהעריג רעדן, ער האט נישט קיין חברים ווייל קיינער קען נאך נישט די שפראך, אבער בן יהודה איז געווען פאר'עקש'נט, ער האט גע'טענה'ט מען זוהן דארף זיין א סעמפעל א ראיה פאר אנדערע, ער האט דאן געזאגט: '''"כדאי הוא הלשון העברית לאבד על ידה את כשרונות בנו"''' (מפעל חייו עמוד 14) עס איז כדאי דעם העבראישער שפראך אז די כשרונות פון מיין קינד זאל פארלוירן ווערן.
 
עס דארף באטאנט ווערן וואס די פרומע אידן האבן דאן געזאגט, אז נאך דעם וואס די חכמים און רבנים אין ירושלים האבן איהם מחרים געווען האט ער אין פאקט געליטן גאר אסאך, פיהר חדשים נאכן חרם איז זיין ערשטע פרוי געשטארבן פון די ביטערע מחלה פון [[אסכרה]], אויך זענען דאן געשטארבן זיינע דריי קינדער זיין זיהן [[אבי חיל]], און זיין צוויי טעכטער [[עטרת]], און [[שלומית]]. ווי זיין תלמיד פארציילט האט די מאמע פון בן יהודה געזאגט אז זי זעהט אין דעם דעם "אצבע אלהים" א צייכן פון גאט וויבאלד ער קריגט זיך מיט די פרומה (חייו ומפעלו ע' 43).
 
== זיין טויט ==