אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ירושלים לייכטע באנען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: אין ישראל בויט מען אויף, א גראנדיעזע באן פראיעקט, אין ירושלים, וואס וועט לויפן פון נווה יעקב א...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 13:45, 13 דעצעמבער 2008

אין ישראל בויט מען אויף, א גראנדיעזע באן פראיעקט, אין ירושלים, וואס וועט לויפן פון נווה יעקב אין צפון, ביז הערצל בארג אין דרום, ווי עס געפונט זיך יד ושם, דער מוזיי פארן חורבן פון יידן אין אייראפע, דער רוטע איז 13 קילאמעטער לאנג, און האקט א דורך פארנומענע שאסייען אין ירושלים, וואס ברענגט צו א גרויסע פארקער, דאס וויכטיגסטע גאס אין ירושלים יפו איז אויפגעאקערט און ארבעטער לייגן שינעס פארן באן.

דער פלאן לויטעט אז דער שטראז יפו וועט פארמאכט ווערן פארן טראפיק, און בלויז דער באן וועט קענען אריבער פארן דעם גאס, איינמאל דער באן פאנגט אן צו פינקציאנירן

לויטן פלאן וועט די באן פערטיג ווערן אין יאר 2010,

דער באן וועט זיין פריינטליך צום געגנט, און וועט נישט פאראומרייניקען די לופט, ווי אויך וועט עס האבן די דורכגאנג ביי גאס קרייצונגען, ווי ער וועט נישט מוזן ווארטן אויף רויטע לעקטערס, צו אפשטעלן דעם באן אזוי אז ער וועט לויפן און מאכן דעם גאנצן וועג און אומגעפער א האלבע שעה, א וועג וואס מיט אן אויטא געדויערט היינט א שעה,

אין גוש דן, בויט מען א לייכטע באן, וואס וועט מערסטנטייל זיין אונטערערדיש, וואס וועט פארן פון פתח תקוה, אריבער בני ברק, רמת גן, תל אביב-יפו, בת ים, דער פלאן פון בויען א באן סיסטעם אין תל אביב, איז שוין פון די בריטישע צייטן, וואס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקאמען, און אפילו יעצט איז דא פראבלעמען מיט די שטאטראטן, ווי דער באן פארט אריבער מיטן טראנספארטאציע מיניסטעריום.

די באן ווערט געבויעט אויף זשאבאטינסקי שטראז, אין פתח תקוה, ביז תל אביב, אויף מנחם בעגין, ווי עס וועט פארן ביזן אלטשטאט יפו, אין דרום קיין בת ים.