אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מומביי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: '''מומביי''' (פריער '''באמביי''') איז א נאטירלעכער האוון אויפן מערב בארטן פון אינדיע, און איז די [[ה...
 
נייטראל
שורה 16:
לעצטנס איז מומביי געווארן דער ציל פון עטלעכע טעראר אטאקעס, טייל פון זיי גאר גרויס. אין [[1993]] זענען מער ווי 250 מענטשן געהרגעט געווארן אין א סעריע פון אויפרייסונגען פון [[אויטא באמבע]]ס אין דער שטאט, וואס איסלאמישע טעראריסטן האבן אנגעפירט. אין [[2003]] זענען מער ווי 200 מענטשן געהרגעט געווארן אין אויפרייסונגען אין דער מומביי אונטערגרונט באן.
אום [[26 נאוועמבער|דער 26טן נאוועמבער]] [[2008]] האט אנגעהויבן אין דער שטאט א קאארדינירטע טעראר אטאקע וואס האט אויסגעהרגעט און פארוואונדער הונדטערטע בירגערס, אינדיאנער און מערבדיקערס. טעראריסטן באוואפן מיט [[ביקס]]ן האבן געהערשט אויף עטלעכע ערטער, געהרגעט בירגערס און גענומען [[ערבניק]]עס. די אטאקע איז געווען גלײַכצײַטיק אין פארשידענע ערטער, פון זיי: [[טשהאראפאטי שיוואזשי סטאנציע]], [[טאזש מאהאל האטעל]], [[אבערוי טריידענט האטעל]] און דעם מומביי [[חב"ד הויז]] . אין די אטאקעס האבן זיי געהרגעאט מער ווי 195 מענטשן און פארוואונדעט מער ווי 300. דעם רב פונעם חב"ד הויז, הרב [[גבריאל האלצבערג]] און נאך פינף יידן האט מען קאלטבלוטיק געמערדעט.
 
==וועבזייטלעך==