אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהודה מאיר שפירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: es:Meir Shapiro
אין תקציר עריכה
שורה 21:
==זיין דרך אין לערנען==
ער האט שטארק מחשיב געווען לערנען [[סדר קדשים]], און מ'האט דאס געלערנט אין דעם פראגראם פון [[ישיבת חכמי לובלין]]. רוב פון זיינע חידושי תורה זענען אויף קדשים ענינים. ער פלעג שרייבן מיטן חפץ חיים וועגן ענינים אין זיין ספר "ליקוטי הלכות". לערנען בקיאות איז ביי אים געווען א יסודותדיגע זאך, וואס האט אויך א שייכות מיטן [[דף היומי]].
 
== אין סיים==
אין זיינע ערשטע וואכן וואס ער איז געווען דער הויפט פון דער חרדישער יידישער דעלעגאציע אין דעם סיים, איז צוגעקומען צו הרב שפירא דער אנטיסעמיטישן פוילישן סיים דעפוטאט [[פראפעסאר לוטאסלאווסקי]], וואס האט מער ווי איין מאל פארגעשטעלט שלענגעלישע געזעצן וואס האבן צוגענומען פון די מינאריטעטן זייערע ציווילע און עקאנאמישע רעכטן.
 
שטייענדיג פאר א גרופע דעפוטאטן האט ער אנגעהויבן מיט א כיטרן שמייכל: "ראבינער איך האב א וואונדערבארן נייעם וועג וויאזוי יידן קענען ערנערן פרנסה-- זיי קענען שינדן טויטע הינט."
 
אויפן ארט האט הרב שפירא צוריקגעשאסן. "אוממעגלעך, זייערע פארשטייערס וואלטן דאס קיינמעל נישט דערלויבט."
 
דער פראפעסאר איז געווען געפלעפט. "וועמענ'ס פארשטייערס? די יידנ'ס?"
 
"ניין," האט ר' מאיר געשמייכלט, "די הינט'ס פארשטייערס."
 
צעטומעלט, האט דער גוי געפרוווט נאכאמאל. "נו, מיין טייערער ראבינער," זאגט ער סארקאסטיש. "צי ווייסט איר אז אויפן טויער צו דער שטאט [[שלעזיע]] איז געשריבן: צו יידן און הינט איז פארבאטן אריינצוגיין?'"
 
"א שאד", זאגט דער רב, . "קומט אויס אז מיר וועלן נישט קענען באזוכן יענע שטאט צוזאמען."
 
נאך דער מעשה האט הרב שפירא מער נישט געליטן פון אנטיסעמיטיש העצן.
 
==זיינע ספרים==