אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 59:
 
דער ציל פון בן יהודה איז געווען אז אזוי ארום זאלן די מאסן מענטשן וויסן אז דאס געלד גייט בלויז פאר די פרומע, און עס ווערט אויסגעטיילט נישט גיט, נישט מיט יושר, אויב אבער מען וועט אויפהערן שיקן געלד פאר די פרומע קרייזען, פון היינט און ווייטער ווען מען שיקן די געלד פאר די "נישט" פרומע קרייזן ווי חובבי ציון און פאר "חברת תמיכה" פון די משכילישע קרייזן דאן וועלן זיי דאס יא אויסטיילן גוט. און ממילא ווער עס האט די מאה דער האט די דעה, אזוי וועלן די פרייע משכילים קענען צווינגען די מאסן מענטשן צו לערנען העברייאיש און זיך אנקערן צו חברת [[חובבי ציון]].
 
די עהרליכע רבנים האבן דאס נישט פארשוויגן, ספעציעל אז בן יהודה האט זייער מיאוס געשריבן אויף די רבנים ראשיים ווי ר' [[שמואל סאלאנט]], און אין טאג פון י"ג תמוז אין יאהר [[תרמ"ז) זענען זיך צוזאמענגעקומען די פרומע חכמים און רבנים פון ארץ ישראל, סיי פון די אשכנזים סיי פון די ספרים און מען האט אפגעשריבן א [[חרם]] קעגן בן יהודה, זיי האבן אויך גא'אסר'ת זיין צייטונג דער "הצבי", און שרייבן דערויף ווען עס לייענט דאס איז גלייך ווי ער לייענט אין ספרים חיצונים, און ער איז בלטותא דרבנן דלית ליה אסוותא. דער חרם איז געדרוקט אין [[חצבצלת]] שנת תרמ"ז גליון 33. בן יהודה האט גלייך פארשטאנען אז ער וועט ווייטער אזוי נישט האבן קיין הצלחה ווייל עס איז דא אין ארץ ישראל זייער א קליינער ציבור מענטשן וואס וועלן נישט צוהערן דעם בתי דין, און ער וועט פארלירן זיין השפעה, דעריבער האט ער זיך איבערגעבעטן מיט די רבנים, און מען האט אראפ גענומען דאס חרם. אבער עס האט נישט לאנג אנגעהאלטן, בן יהודה האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, ער האט געזעהן אז די פרומע רבנים שטערן איהם אין זיין ציל, צו פערמערן די שיטה פון ציוניזעם און אויסלערנען דעם גאנצען פאלק רעדן דעם נייעם שפארך, ער האט גלייך דארנאך ווייטער געשריבן שפיזיגע מאמרים און שטעכעדיגע רייד אויף אלע פרומע עהרליכע רבנים, ווען די רבנים האבן געזעהן אז ער שרייבט ווייטער אזוי, האבן מען איהם ווייטער געלייגט אין חרם. און מען האט איהם דערווייטערט פון אידן.
 
זיין פרוי שרייבט איבער דעם חרם די ווערטער: דער חרם אויף בן יהודה האט מען מודיע געווען אין אלע גאסן, אז דער צייטונג "הצבי" איז אין חרם, און מען טאר עס נישט ברעגנען אין קיין שום אידישע שטוב, קיין שום יהודי טאר נישט דערין לייענען, מען מוז זיך דערווייטערן דערפון פיהר איילן, אט דעם חרם האט מען געקלעבט אין די גאסן ערב שבת. זיך פארציילט אויך אז צום דעם חרם האט מען געקלעבט א צעטל מיטן נאמען "אתה חושב כי רמית אותנו" ווי די חרדים שרייבן פאר בן יהודה, די מיינטס אז מיט דיין לאנגע קאפאטע מיט וואס די ערשיינסט האסטו אונז אפגענארט ! מיט דיין לאנגע בארד און לאנגע טלית ! ניין די ביסט א אפיקורס און א צבוע, מיר וועלן פון היינט און ווייטער וויסן ווי זיך צו היטן פון דיר און נישט ווערן געכאפט אין דיין נעץ (חייו ומפעלו עמוד 35).
 
== זיינע מערכות אין ארץ ישראל קעגן די חרדים ==