אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 54:
דער ישוב אין ארץ ישראל איז אין יענע צייט געווען - שנת תרמ"ה - רוב פרומע אידן, א קליינער חלק צווישן זיי איז געווען נישט פרומע אדער אינגאנצען פריי, דאס רוב ציבור זענען דאן ארויף ווייל זיי האבן דארט געוואלט אויסלעבן זייערע יאהרן מיט לערנען תורה, איי פון ווי וועט מען עסן ? קיין גרויסע פארדינסן האט מען דאן נישט געקענט מאכן אין ארץ ישראל, דעריבער איז געווען איינגעפירט אז די מענטשן פון חוץ לארץ האבן געשיקט געלטער פאר זייערע אידישע ברודער. דאס געלד איז געקומען צו א וועד אין ארץ ישראל וואס זיי האבן זיי פארטיילט. ווען עס האט זיך פארמערט נישט פרומע אידן אין ארץ ישראל, האבן זיי אויך געוואלט האבן א חלק וויאזוי צו פארטיילן די געלטער, אבער די פרומע האבן זיי נישט געוואלט. און דעריבער האבן טאקע די פרומע רבנים ווי רבי [[שמואל סאלאנט]] פון די אשכנזים און דער ראשון לציון פון די ספרדים רבי [[רפאל מאיר פאנאזיל]], געהאט גאר א גרויסע השפעה אויף די יהדות אין ארץ ישראל, וויבאלד די געלד איז געקומען צו זיי.
 
בן יהודה צוזאמען מיט די נייע חברה אין יענע צייט [[חובבי ציון]], האבן גוט פארשטאנען דעם באדייט פון די געלד'טער און האבן איינגעזעהן אז ווילאנג די פרומע רבנים טיילן די געלטער האבן זיי נישט קיין אויסזיכט פאר גארנישט, קיינער אין ארץ ישראל וועט זיי נישט הערן, עס איז א שאד יעדער ביסעל ארבייט, דעריבער האבן זיי אנגעהויבן פארשפרייטן מאמרים און קלאנגען אז די פרומע רבנים טיילן נישט די געלטער גלייך, זיי זענען נישט ביושר, בן יהודה האט אין זיינע מאמרים פון זיין צייטונג "הצבי" געשריבן לאנגע מאמרים דערפון. צו איהם האט זיך צוגעשטעלט אלע פרייע שרייבער, און אלע וואס האבן געהערט צו די נייע אויפגעקומענע חבורות אין ארץ ישראל, זיי שרייבן אז רוב געלד וואס מען שיקט קיין ארץ ישראל קומט נישט אהן צו די איינוואונערס, נאר זיי ווערן פארטיילט צו נישט ריכטיגע מענטשן, ביי די נישט פרומע וועלט האט געהייסן איינער וואס לערענט נישט א "בטלן", און זיי די נייער קליינער אויפגעקומענער ציבור וואס וויל אויפארבעטען דאס לאנד האבן געהייסן די ריכטיגע מענשטן וואס דאס געלד דארף קומען, זיי שרייבן אז דאס געלד ווערט פארטיילט פאר בטלנים, מענטשן וואס טועהן דערמיט גארנישט, און דאס איז די סיבה פארוואס עס איז דא אין ארץ ישראל אזויפיל ארימקייט. דערמיט האבן זיי אנגערייצט אסאך מאסן מענטשן אויף די עהרליכע רבנים.
 
בן יהודה האט זיך נישט באגענונג דערמיט וואס ער געשריבן לאנגע מאמרים דערוועגן אין זיין צייטונג "הצבי", ער מיט זיינע חברים האבן אויך געשיקט לאנגע מאמרים אין די צייטונגען אין חוץ לארץ, פון וואו דאס געלד קומט, ער האט אנגערופן די צדקות פון רבי [[מאיר בן הנס]], פון כולל [[וואלין]], [[רייסין]], גאליציה]], [[אונגארין]], [[זינבערגען]], מיט די נעמען שנארערס און אויף לשון הקודש מיט דעם נאמען [[אנשי חלוקה]], ער האט אזוי געשריבן אויך אין דעם "המגיד", "הצפירה", "המליץ".
 
דער ציל פון בן יהודה איז געווען אז אזוי ארום זאלן די מאסן מענטשן וויסן אז דאס געלד גייט בלויז פאר די פרומע, און עס ווערט אויסגעטיילט נישט גיט, נישט מיט יושר, אויב אבער מען וועט אויפהערן שיקן געלד פאר די פרומע קרייזען, פון היינט און ווייטער ווען מען שיקן די געלד פאר די "נישט" פרומע קרייזן ווי חובבי ציון און פאר "חברת תמיכה" פון די משכילישע קרייזן דאן וועלן זיי דאס יא אויסטיילן גוט. און ממילא ווער עס האט די מאה דער האט די דעה, אזוי וועלן די פרייע משכילים קענען צווינגען די מאסן מענטשן צו לערנען העברייאיש און זיך אנקערן צו חברת [[חובבי ציון]].
 
== זיינע מערכות אין ארץ ישראל קעגן די חרדים ==