אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תענית אסתר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 6:
עס איז פאַראַן א מחלוקת צווישן [[שלמה יצחקי|רש"י]] מיט [[רבינו תם]] וואָס איז די סיבה צו פאַסטן אים תענית אסתר.
 
לויט [[רש"י]] און לויט די אויסגעאַלטענע דעה, איז דאָס לזכר דער טאָג וואָס [[אסתר|אסתר המלכה]] האט באצוווּנגען דעם [[ישראל|פאָלק ישראל]] צו פאַסטן אויף איר, ווייל זי האָט געדאַרפט אַריינגיין בכוח צום קעניג בעטן מבטל זיין די גזירה פון פאַרלענדן כלל ישראל. אַזוי ווי עס שטייט אין [[מגילת אסתר]] (פרק ד' פסוק ט"ז): ''לֵךְ כְּנוֹס אֶת-כָּל-הַיְּהוּדִים הַנִּמְצְאִים בְּשׁוּשָׁן, וְצוּמוּ עָלַי וְאַל-תֹּאכְלוּ וְאַל-תִּשְׁתּוּ שְׁלֹשֶׁת יָמִים לַיְלָה וָיוֹם--גַּם-אֲנִי וְנַעֲרֹתַי, אָצוּם כֵּן; וּבְכֵן אָבוֹא אֶל-הַמֶּלֶךְ, אֲשֶׁר לֹא-כַדָּת, וְכַאֲשֶׁר אָבַדְתִּי, אָבָדְתִּי.'' - און דערפאַר הייסט דער תעניתטאג "תענית אסתר".
 
מיט יארן צוריק האט מען געפאַסט טאַקע 3 טעג אין די טעג [[בה"ב]] נאָך פורים, אַזוי ווי אסתר האָט באַפוילן, אבער היינט האבן די חכמים מיקל געווען מען זאל נאר איין טאָג פאסטן.