אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאסיר אראפאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: yo:Yasser Arafat
אין תקציר עריכה
שורה 22:
 
==יוגנד==
יאסיר אראפאט איז געבוירן אין 929' אין קאריא[[קאירא]], [[עגיפטן]]. זיין פאטער איז געווען א טעקסטייל האנדלער פון עגיפטן און זיין מאמע איז געווען פון אלט שטאט ירושלים. עס איז נישט קלאר אויב אראפאט איז טאקע געבוירן אין קאריא און טייל האלטן אז ער איז געבוירן אין ירושלים. זיין מאמע איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען 5 יאר און ער איז אריבער וואוינען צו זיין פעטער קיין ירושלים וועלכע איז דאן געווען די הויפטשטאט פון פאלעסטיין און איז געווען אונטער בריטישע הערשאפט וועלכע די פאלעסטינער האבן פרובירט קעגנשטעלן. אראפאט דערציילט נישט קיין סאך פון זיין יוגנט אבער ער דערמאנט אלץ אן אינצידענט וועלכע איז אים אריין אין זכרון ווען איינמאל אינמיטן די נאכט האט די בריטישע ארמיי איינגעבראכן אין זיין פעטער'ס הויז און געשלאגן די פאמיליע מיטגלידער און האבן געשעדיגט זייערע מעבל.
 
נאך 4 יאר אין זיין פעטער'ס הויז האט אים זיין טאטע צוריקגענומען קיין קאריא וואו ער האט אים געשיקט צו זיין עלטערע שוועסטער צוזאמען מיט זיינע אנדערע געשוויסטער. אראפאט האט קיינמאל נישט דערמאנט זיין פאטער וועלכע איז נישט געווען נאנט צו זיינע קינדער. ווען זיין פאטער איז געשטארבן אין 959' האט אראפאט זיך נישט געוואלט באטייליגן אין זיין באגרעבעניש צערעמאניע.