אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל סקול דיסטריקט"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
דער היתר האט געגעבן דער רב פון [[קרית יואל]] ר' [[אהרן טייטלבוים]] און זיין טאטע דער [[סאטמאר רבי]], אז היות די דאזיגע אנטשטאלט איז גענצליך אויפגעהאלטן דורך די [[רעגירונג]], זענען די אידן דארט בלויזע ארבייטער און זענען נישט אחראי אויף די ווירטשאפט פון סקול, פונקט ווי איינער זאל ארבייטן אין א [[פאסט אפיס]] אדער סיי וועלכער גויאישע אנטשטאלט.
 
אנטקעגן דעם האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט גרויסע מוחאות און קאמפּפן גרויסע רבנים און רעביס. ר' [[מאטעלע וויזניצער]], ר' [[יחזקאל ראטה]], ר' [[אברהם לייטנער]] דער סאלקער רב [[הרב פיש]], רבי [[יודל גרובער]], אויך איז דער איסור באשטעטיגט געווארן דורך בית דין צדק בירושלים, זייער גאב"ד רבי [[משה ארי' פריינד]] האט זיך שארף אויסגעדורקט דערקעגן ווי עס וועט באשריבן אין דעם קונטרס [[דבריהם הן הן זכרונם]] דורך זיין שוואגער רבי [[מענדל טארים]], און ר' [[משה בער בעק]], און [[קאשוי רב]]. רבי [[מאיר יודא טענענבוים]] אב"ד טשאטה.
 
למעשה, קוקט דאס איז ווי א געהעריגע [[אידישער]] [[חדר]] אדער [[סקול]], טרעפענדיג זיך אויסריידן אויף יעדע זאך פארוואס עס איז [[לעגאל]] אויסגעהאלטן, צום ביישפיל פאר [[פסח]] לערנט מען מיט די קינדער [[יציאת מצרים]] מיטן אויסרייד אז עס איז "[[היסטאריע]]" און נישט דוקא [[רעליגיע]].
2,340

רעדאקטירונגען