אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המספיק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Hamaspik.gif|left]]'''המספיק''' איז געגרינדעט געווארן און עקזיסטירט היינט צו געבן פאר מענטשן מיט [[דיסעביליטיס]] די געלעגנהייט פון דערגרייכן די מערסטע פונקציעס וואס איז מעגליך און די באקוועמסטע קוואליטי פון לעבן. די ארבייט פון אנטוויקלען און ווירקליך דערגרייכן די מאקסימום מעגליכקייטן פון יעדן פערזאן ווערט אויסגעפירט דורך קוואליפיצירטע פראפעסיאנעלע שטאב מיטגלידער, אין א היימישע אטמאספערע פון ליבשאפט און רעספעקט.
 
דער סטרוקטור פון '''המספיק''' איז א זעלבסשטענדיגע נעץ פון פריוואטע '''נאן-פראפיט''' ארגאניזאציעס, אלע מיט די זעלבע מיסיע און ציל, נוצנדיג געמיינזאמע רעגירונג קוועלער און טעכנישע הילף. דער פארלאנג אויף אונזערע סערוויסעס איז גאר הויך און אונזער ציל איז דערפאר צו גרינדן המספיק אגענטורן אין יעדע געגנט פון ארטאדאקסישן אידענטום. היינט צו טאגס זענען פארהאן המספיק אגענטורן אין [[ניו יארק סיטי]] און אין עטליכע [[קאונטיס]] פונעם [[האדסאן וועלי]] ראיאן. יעדע המספיק אגענטור ווערט געפירט זעלבסטשטענדיג, אונטער א באזונדערע "באורד אוו דירעקטארס" – געווענליך עלטערן און אנערקענטע פערזענליכקייטן וועלכע פארשטייען גוט די געברויכן פון מענטשן מיט דיסעביליטיס. יעדע המספיק אגענטור איז, אלזא, א "פראוויידער", א מיטגליד אינעם גרויסן נעץ פון המספיק אגענטורן.