אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המספיק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''המספיק''' איז געגרינדעט געווארן און עקזיסטירט היינט צו געבן פאר מענטשן מיט [[דיסעביליטיס]] די געלעגנהייט פון דערגרייכן די מערסטע פונקציעס וואס איז מעגליך און די באקוועמסטע קוואליטי פון לעבן. די ארבייט פון אנטוויקלען און ווירקליך דערגרייכן די מאקסימום מעגליכקייטן פון יעדן פערזאן ווערט אויסגעפירט דורך קוואליפיצירטע פראפעסיאנעלע שטאב מיטגלידער, אין א היימישע אטמאספערע פון ליבשאפט און רעספעקט.
 
דער סטרוקטור פון '''המספיק''' איז א זעלבסשטענדיגע נעץ פון פריוואטע '''נאן-פראפיט''' ארגאניזאציעס, אלע מיט די זעלבע מיסיע און ציל, נוצנדיג געמיינזאמע רעגירונג קוועלער און טעכנישע הילף. דער פארלאנג אויף אונזערע סערוויסעס איז גאר הויך און אונזער ציל איז דערפאר צו גרינדן המספיק אגענטורן אין יעדע געגנט פון ארטאדאקסישן אידענטום. היינט צו טאגס זענען פארהאן המספיק אגענטורן אין [[ניו יארק סיטי]] און אין עטליכע [[קאונטיס]] פונעם [[האדסאן וועלי]] ראיאן. יעדע המספיק אגענטור ווערט געפירט זעלבסטשטענדיג, אונטער א באזונדערע "באורד אוו דירעקטארס" – געווענליך עלטערן און אנערקענטע פערזענליכקייטן וועלכע פארשטייען גוט די געברויכן פון מענטשן מיט דיסעביליטיס. יעדע המספיק אגענטור איז, אלזא, א "פראוויידער", א מיטגליד אינעם גרויסן נעץ פון המספיק אגענטורן.
 
זייענדיג א מאכטפולע פיגור אויפן פראנט פון סערווירן מענטשן מיט דיסעביליטיס, טוט המספיק ווייטער פארזעצן די הייליגע ארבייט, מיט ספעציפישע ענערגיע צו העלפן משפחות ביים ארטאדאקסישן אידענטום וועלכע זוכן דאס בעסטע אין אלע געביטן ביים העלפן יונגע און אלטע מענטשן מיט באגרעניצונגען צוזאמען מיט זייערע משפחה מיטגלידער.
 
קינדער און ערוואקסענע מענטשן מיט דיסעביליטיס באקומען היינט צו טאגס א ברייטע ליסטע פון סערוויסעס און פראגראמען, סיי אין די אייגענע היים און סיי אינדרויסן.
 
=== המספיק ארגאניזאציע ===
 
אריינגערעכנט אין די ליסטע זענען, גאנץ קורצליך, די פאלגנדע סערוויסעס:
שורה 18 ⟵ 20:
 
צו יעדע צייט און אונטער אלע אומשטענדן, ווערט המספיק און אלע אירע פראגראמען באלויכטן פון יעדן קאנסומער'ס שיינענדער צוקונפט, באגלייט מיט אומקאמפראמיסלאזע רעספעקט און עהרע פאר יעדן קאנסומער – וועלכער קומט אלץ ערשט און בלייבט אלץ גערעכט.
 
=== המספיק פובליקאציע ===
 
יעדן חודש קומט אן אויף די מעיל א צייטונג: '''המספיק גאזעט''' איר רעדאקטאר איז ר' יצחק אייזיק שניצלער שליט"א, [[בן כ"ק אדמו"ר מ'טשאבע שליט"א]], דער אמאליגער בעל הבית פון "מילער שיף נייעס אגענטור" וואס איז היינט מקדיש זיין מוסקאלישער פענע אינגאנצן לטובת די העכערע הענדיגקעפ נשמות, און דינט אלס זייער פובליק רילעישאנס אדמיניסטרטור, וואס כידוע לייגן זיי אריין אסאך כוחות צו ארויסקוועטשען וואס מער פון די אינסטאנצן דורך דעם העלפענדיג אויפרעכטן די באטראפענדע משפחות דורך געבן טאַפּ קעיר פאר זייערע קראנקע קינדער.
 
 
Hamaspik was created and exists to provide individuals with disabilities the opportunity to achieve their maximum level of independent functioning and the highest possible quality of life. The work of developing and indeed achieving the fullest potential of every person is carried out by qualified professional staff, in the spirit of mutual respect and loving kindness.