אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל בייליס"

 
 
{{:מנחם מענדל בייליס/כד}}
== כד. דער וועג צום משפט ==
 
אין קורצן פון פריער: נאך צוויי און א האלב יאר, זעט שוין אויס ווי די משפט גייט שוין ענדליך פארקומען.
 
איין טאג האט ר' מענדל באקומען די אפיציעלע הזמנה צום משפט, וועלכע וועט פארקומען אין צוויי חדשים ארום, אום חודש תשרי תרע"ג. דער הזמנה איז אנגעקומען צוויי חדשים פאר דעם זמן. די מצב רוח פון ר' מענדל איז אסאך בעסער געווארן. סוף כל סוף קומט עס שוין, עס וועט בעז"ה אלעס נתגלה ווערן און זיין מצב וועט זיך טוישן מן הקצה אל הקצה. ער האט פרובירט מתאר זיין ביי זיך וויאזוי דאס וועט זיין, וויאזוי וועט מען אויסליינען די באשולדיגונג, וועלכע שאלות מ'וועט עם פרעגן און וואס ער וועט ענטפערן. אלע זיינע מחשבות זענען געווען פארנומען מיט'ן משפט, ער האט פון גארנישט אנדערש נישט געקענט טראכטן. צוויי וואכן פאר'ן צייט האט ר' מענדל איינגעגעבן א בקשה ער זאל קענען גיין אנגעטון מיט זיינע אייגענע בגדים ביים משפט, ער האט זיך זייער געשעמט צו קומען פאר אזויפיל מענטשן מיט די תפיסה קליידער. ער האט נישט באקומען קיין תשובה אויף דעם בקשה. א טאג פאר'ן משפט איז זיין ווייב עם געקומען באזוכן. די טרערן זענען געקומען אן אויפהער. ביידע האבן געהאפט אז בקרוב וועלן שוין אלע צרות זיין אינ'ם פארגאנגנהייט און ר' מענדל וועט שוין קענען צוריק אהיים גיין. פאר זי איז אוועק געגאנגען האט זי עם מבשר געווען אז מ'וועט עם לאזן האבן די אייגענע בגדים, און אז מ'וועט זיי געבן צו עם אויפ'ן טאג פון די משפט. צומארגנס הערט ער די באקאנטע קולות, ווי מ'עפנט אויף די דרייצן שלעסער פון זיין צימערל.. יעדעס מאל האט דאס עם אנגעפילט מיט פחד און שרעק, דאסמאל איז אבער אנדערש, ער האט געפילט אז די קלאפערייען ברענגן עם בשורות טובות..
 
"אט זענען דיינע בגדים" זאגט דער שומר, "דיין משפט הייבט זיך אן היינט".. ר' מענדל שפירט זיך זייער רוהיג, קודם שפירט ער זיך שוין נישט ווי אן איינגעשפארטער.. ער האט אבער מורא צו טראכטן אז אפשר וועט ער דאס נאכאמאל דארפן אנטון.. קודם איז ער צופרידן אויף יעצט.. יענעם טאג האבן די שומרים זיך מתייחס געווען צו ר' מענדל מיט פריינדשאפט און מיט כבוד.. אלע פריערדיגע רשעות איז ווי א וואלקן נעלם געווארן.. עס איז שווער געווען פאר עם צו פארשטיין די פלוצלינגדיגע ידידות נאך אלע צער און ליידן וואס זיי האבן עם גורם געווען במשך די צייט וואס ער איז געווען איינגעשפארט.
 
ווען ער איז געווען גרייט האט מען עם איבערגעגעבן צו די שומרים וועלכע דארפן עם באגלייטן צום בית המשפט. ווען ער איז ארויס אינ'ם חצר, האט ער קוים געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעהן.. געווענדליך, ווען ער איז ארויסגעפירט געווארן צום חצר, איז עס געווען ליידיג, היינט איז עס געווען פיל מפה און פה כאילו דא גייט פארקומען א גרויסע מיליטערישע מארש.. עס זענען געווען עטליכע גרופעס פון געווענדליכע מיליטער מענטשן ווי אויך די גאנצע שטאב פונ'ם תפיסה. עטליכע האבן געשמייכלט אבער רוב זענען געשטאנען ערנסטערהייט. אויסער דעם זענען געשטאנען אינ'ם חצר אפאר הונדערט קאזאקן [העכערע סאלדאטן] מיט שיינעדיגע שווערדן, וועלכע זענען געווען אפצוהיטן ר' מענדל פון א "שלעכט אויג"... מ'האט עם געזעצט אין א שווארצע וואגן ארומגענומען מיט א גאנצע שורה פון וועכטער און באגלייט מיט א ספעציעלע גרופע מיליטערישע רייטער. דאס אלעס איז מיטגעגאנגען ביז צום בנין פונ'ם הויך-געריכט, א וועג פון זעקס קילאמעטער!
 
פון די פענסטערס פונ'ם וואגן האט ער געקענט זען אז די געסער זענען פון מיט מענטשן. די רעגן און ווינט האבן זיי נישט געשטערט. עפ"י רוב זענען דאס געווען געווענדליכע לייט וועלכע האבן געוועלט זען וואס טוט זיך. אויך פון די "שווארצע הונדערטער" זענען דארט געווען לרוב. ווען ער איז ווייטער געגאנגען, האט ער דערקענט צווישן דעם עולם עטליכע יודן, עטליכע פון זיי האבן געטריקנט זייער אויגן מיט טאשנטוכער. אויך ר' מענדל האט תורם געווען זיין חלק אינ'ם געוויין.. נאכ'ן אדורך גיין אלע שורות פון מענטשן, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צום בית המשפט, וועלכע איז אויך געווען ארומגענומען מיט טויזנטער מענטשן. די טויערן פון די חצר האבן זיך געעפנט און די וואגן איז אריין.
 
"איך וועל דיר באצאלן אויפ'ן וועג צוריק" האט ר' מענדל געזאגט מיט א שמייכל. דער הויפט פון פאליציי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן.. ווען זיי זענען אריין אינ'ם בנין האט מען באלד געפירט ר' מענדל צו א ספעציעלע צימער, ווי די איינגעשפארטע דארפן זיין דורכ'ן מהלך פונ'ם משפט. אן קיין געדולד האט ער געווארט מ'זאל עם אריינפירן אינ'ם געריכט-זאל. ער ווארט שוין אזוי לאנג אויף דעם טאג, און יעצט ווען עס איז שוין דא האט ער קוים געקענט גלייבן אז ער חלומ'ט נישט.. די יארן מיט חדשים לויפן עם אריבער פאר די אויגן.. קולייבקו רייסט עם אוועק פון זיין משפחה, דער אוכראנא, די חוקרים, די 'צדיקים', דער 'אפיקומן', דער תפיסה, הונגער, נעכט אן שלאפן, שומרים, פענענקו, מאשקעוויץ, אלע אלע פיינונגען אן קיין סוף. רבונו של עולם! ווען גייט זיך שוין אלעס ענדיגן!!
 
די טיר עפנט זיך און א עלעגאנטע מענטש קומט אריין און באגריסט עם. ווי איינער וואס וועקט זיך אויף פון א בייזן חלום, קוקט ר' מענדל אן דער מענטש וואס באגריסט עם אזוי פריינדליך מיט א שמייכל אויפ'ן פנים. "א גוט מארגן מר ביילוס", הייבט ער אן, "שרעקט אייך נישט, מיין נאמען איז קאראבטשעווסקי און איך בין אייער אדוואקאט". ר' מענדל האט שוין געוויסט אז ער גייט זיין איינער פון די אדוואקאטן [זעה פריערדיגע קאפיטל], אבער ביז יעצט האט ער פערזענליך געזען נאר די פיר אדוואקאטן, בארסקי, גרוזענבערג, זארודני און מארגאלין, ער האט נאכנישט געהאט געטראפן די אנדערע צוויי, קאראבטשעווסקי און מאקלאקוב. זיין פלוצלינגע ערשיינונג האט געמאכט א שטארקן רושם אויף ר' מענדל. דאס איז געווען ווי א שטראל פון ליכט קומט אריין אינם צימער. זיין פריינדליכע באגריס און שמייכל האבן נישט נאר אוועק געשטיפט די טרויעריגע מחשבות פון עם נאר זיי האבן עם אויך געגעבן דער הרגשה אז אט אט וועט ער באפרייט ווערן. דער באוויסטע אדוואקאט האט זיך דערנענטערט און ממשיך געווען: "זיי גוט געלאהנט מר ביילוס, און האלט זיך שטארק. איך וואלט זייער געוואלט קומען נענטער, אבער עס איז ארויס א ספעציעלע תקנה פאר דיין פאל, א יוצא מן הכלל, אז קיינער טאר נישט אריין גיין אין אייער ד' אמות! אפילו נישט דיינע אדוואקאטן.. אויב וועל איך דאס נישט איינהאלטן, וועל איך באקומען א גרויסן פסק. זאגט מיר אויב אזוי, וויאזוי פילט איר זיך, וואס מאכט איר"? זיינע ווארעמע רייד האבן אזוי משפיע געווען אויף ר' מענדל אז ער האט כמעט פארגעסן אז ער איז איינגעשפארט.. ער האט געפילט אז ער איז פריי און ארומגענומען מיט ידידים. ער האט אבער נאר געדארפט א קוק טון אויף די וואס היטן עם אפ בשבעה עינים דאס גאנצע צייט צו געדענקן אז ער איז נאך אונטער זייערע הענט. ער איז געווען הונגעריג און ער האט געבעטן קאראבטשעווסקי אויב עס איז שייך עפעס צו שאפן פאר עם צו עסן. אויב ער וועט ווארטן אויף די עסן פונ'ם תפיסה קען ער אויסגיין פאר הונגער. פונקט דאן איז אריין אין צימער דער גענעראל וועלכע איז געווען ממונה אויף די שמירה אויף ר' מענדל, און דער אדוואקאט האט עם איבערגעגעבן די בקשה.
 
 
 
81,808

רעדאקטירונגען