אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל בייליס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קאטעגאריע
שורה 21:
 
== ווער איז שולדיג? ==
[[בילד:1910s antisemitic flier Andrei Yushchinsky.jpg|קליין|אן אנטיסעמיטיש בלעטל וואס מען האט פארשפרייט אין [[קיעוו]] פארן בייליס פראצעס, וואס איז מזהיר קריסטן אויפצופאסן אויף זייערע קינדער [[פסח]] צייט]]
 
אין קורצן פון פריער: א גוי'שעש קינד איז געפונען געווארן גע'הרג'ט נעבן דעם פאבריק פון ר' מענדל בייליס. די שווארצע הונדערטער זאגן אז די יודן האבן עם גע'הרג'ט צו נעמען בלוט פאר די מצות. די שטאטישע גוים גלייבן דאס נישט. זיי זענען חושד די מאמע פון דאס קינד און א חבר'טע אינ'ן רציחה. זיי האבן עטליכע ראיות אויף דעם..
 
די ערשטע שאלה וואס די גוי'שע שכנים האבן געפרעגט איז געווען זייער א פשוט'ע. אויסער דעם וואס די מאמע האט נישט באוויזן קיין שום צער אדער זארג איבער איר קינד, איז דאס קינד דאך נעלם געווארן י"ב אדר און איז געפונען געווארן ערשט כ' אדר. וויאזוי קען מען מסביר זיין דעם פאקט אז זי האט בכלל נישט מודיע געווען פאר'ן פאליציי אז איר קינד איז פארלוירן. זי האט אפילו נישט געוויזן קיין אינטערעס ווען מ'האט עם געפונען טויטערהייט. די שכנים האבן דאס גוט באמערקט און מיט דער צייט זענען אלס שטארקער געווארן זייערע חשדות. עס איז געווען נאך א סיבה אויפ'ן חשד. דער טאטע פון דעם קינד איז גע'הרג'ט געווארן אינ'ם רוסיש-יאפאן מלחמה [דער מלחמה איז פארגעקומען מיט עטליכע יאר פאר די מעשה, ווען די רוסן זענען ארויס אויף מלחמה קעגן איר מזרח שכן יאפאן, כדי צוריקצוהאלטן דעם פארשפרייטונג פון יאפאן אינ'ם ווייטן מזרח. דער מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א גרויסע דורכפאל פאר רוסלאנד, און זי איז ארויס פון דארט בבושת פנים] און ער האט איבערגעלאזט פאר זיין זון 500 רובל וועלכע זענען געלגען אין א באנק אלס פיקדון ביז דער קינד וועט אויפוואקסן. דער מאמע איז געווען צוטראגן אז זי האט נישט געקענט לייגן א האנט אויף די 500 רובל.. אויב איר קינד איז טויט קען זי דאס ירש'נען.. דער פרוי טשעביריאק, וועלכע מ'האט אויך חושד געווען אז זי איז אריינגעמישט אינ'ם מעשה, איז געווען באוויסט אלס איינער וואס האט צוטון מיט קבוצות פון גאר געפערליכע גנבים און רוצחים. דער קינד אנדרושה פלעגט זיך אסאך דרייען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג א חבר פון איר'ס א קינד. עס איז זייער מסתבר געווען, אז אויב אנדרושה האט אמאל עפעס געזען דארטן פון די קבוצה רוצחים וואס ער טאר נישט.. האבן זיי שוין געזארגט עם צו פירן א אן אנדערע וועלט כדי ער זאל נישט קענען רעדן.. דער פאליציי האט געהאט נאך א סיבה אויפ'ן חשד. ווען מ'איז געוואר געווארן אז מ'האט געפונען א קינד, זענען הונדערטער מענטשן געגאנגען קוקן וואס טוט זיך. קיינער האט נישט געקענט דערקענען ווער דאס קינד איז, אויסער דער פרוי טשעביריאק, וועלכע האט באלד געזאגט זיין נאמען. דאס האט געשטארקט דעם חשד קעגן איר. אויך דער בעה"ב פון דעם הויז ווי טשעביריאק האט געוואוינט, האט געזאגט אז ער איז זיכער אז זי איז דער רוצח. ער אליינס [וועלכע האט גראדע געהערט צו די "שווארצע הונדערטער"] האט געזאגט פאר ר' מענדל אז ער איז זיכער אז דער רציחה איז פארגעקומען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג אן ארט פון פושעים און רוצחים.
שורה 33:
 
דעם אחריות אויפ'ן פראצעס האט מען ארויפגעלייגט אויף דער הויפט-פארשער "פענענקו". ער האט אנגעהויבן זיינע חקירות ביים נאכפרעגן ביי די שכנים און מעסטן דעם מרחק פון דעם הויז פון טשעביריאק ביז צום הייל ווי מ'האט געטראפן אנדרושה, ווי אויך דעם מרחק פונ'ם ציגל פאבריק ביז צום הייל. אזוי האט ער חוקר געווען עטליכע חדשים. ביזדערווייל זענען געקומען עטליכע באהאלטענע פאליציי און זיך געדרייט אין דעם פאבריק. זיי האבן געפרעגט די בייליס קינדער אויב זיי האבן געקענט אנדרושה. איינער איז געקומען וואוינען אין א הויז קעגן איבער דעם פאבריק. ערשט שפטער איז ר' מענדל געוואר געווארן אז ווען זיי האבן געזען אז דער חקירה קומט נישט אויס ווי זיי האבן געוואלט.. האבן זיי משחד געווען די רוסישע קינדערמיט ציקערלעך וכו' צו זאגן אז אנדרושה פלעגט זיך דרייען אינ'ם פאבריק און אז די קינדער האבן געשפילט מיט עם...
 
 
== ה. איינגעזעצט ==