אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זכר לחורבן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: ווען דאס בית המקדש איז חרוב האבן די חכמים געמאכט א תקנה אז מען זאל מאכן א זכר דערצו, מען זאל דערקענ...
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
ווען דאס [[בית המקדש]] איז חרוב האבן די חכמים געמאכט א [[תקנה]] אז מען זאל מאכן א זכר דערצו, מען זאל דערקענען אז יידן קלאגן און וויינען אויפן חורבן פון בית המקדש.
 
די גמרא רעכענט אויס אז צוליב זכר לחורבן זאל מען נישט נישט קאלעכען און איבערשמירן מיט פעניטפענעט די גאנצע הויז, מען זאל קאלעכען די גאנצע הויז אבער איבער לאזען די גרייס פון א [[אמה]] אויף א [[אמה]] וואס איז נישט געפענט (ב"ב ס.), אינטערעסאנט איז וואס דער [[של"ה]] זאגט אז מען זאל נישט דערויף ארויף שרייבן מיט שיינע אותיות '''"זכר לחורבן"''' ווייל דאן איז דאס שיין.
 
ווען מען גרייט אהן א שיינעם טיש זאל מען איבערלאזון א ליידיג פלאץ וואס זאל נישט דארט ליגן כלים לעפלעלרךלעפלעלך און טעלער'ס, כדי מען זאל שפירן עפעס פעלט דא זכר לחורבן.
 
פרויען ווען זיי טועהן אהן צירונג זאלן זיי נישט אנטועהן אלע סארט צירונג, נאר עפעס איבערלאזן זכר לחורבן.
 
ביי די מלחמה פון [[אספסיינוס]] האט מען גוזר געווען אז חתנים זאלן נישט אנטוהן א קרוין אויפן קאפ (סוטה מט.). נאכן חורבן בית המקדש האט מען מתקן געווען אז א חתן זאל בכלל נישט אנטוהן קיין קרוין ווייל עס שטייט אין פסוק "הסיר המצנפת והרים העטרה".
 
עס איז דא פלעצער וואו מען פירט זיך אז מען שאקלט ארויף אויפן קאפ פונעם חתן אש ביי די חופה, מען צובראעכטע א כלי אונטער די חופה (כל בו).